איי ר' יעקב חיים איז נישט דא...... יארן לאנג איז ער געווען דער קעכער אינעם סאטמארע ישיבה קטנה אין וויליאמסבארג, זיין געטריישאפט פאר די בחורים איז נישט צום באשרייבן, ביז די הויכע אכציגערס האט ער געדינט זיין אמט, אין האט יעדן בחור מכבד געווען מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט און איבערגעגעבענהייט,
יעדע איבריגע מינוט בשעת ער איז געזיצן אין קאך אין ישיבה קטנה פלעגט ער גלייך עפענען זיין גמרא אין עוסק געווען בתורה אויףן קול, און רוב צייטן האט ער אפי' געהאט א חברותא אינעם קיך, יבלחט"א ר' משה שפיטצער מ'ספינקא און פלייסיג געלערענט אויסניצענדיג יעדע מינוט אינעם טאג אויף לימוד התורה
יעדען טאג האט ער צוזאם גענומען אלע איבריגע שריים פון די בחורים און עס ארויפגעטראגן אויפן דאך פונעם ישיבה און עס געגעבן פאר די פייגעלעך צו עסן, אזוי ווייט נזהר צו זיין אין בעל תשחית, די עבודה האט ער אזוי געטהון אריבער דרייסיג יאר, פארציילט מיר א איד וואס פעלגט אסאך מיטגיין מיט ר' יעקב חיים אויפן דאך געבן די עסן פאר די פייגעלעך, אז ווען ר' יעקב חיים האט זיך ל"ע נישט גוט געשפירט פלעגט ער אים אנרופן און בעטן ער זאל אים איבערנעמען די ארבייט אין געבן די אלע שריים פאר די פייגעלעך, נאר דאס האט ער אינזין געהאט ווען ער האט זיך נישט גוט געפילט אז מען זאל ח"ו נישט עובר זיין אויף בעל תשחית, איין חילוק איז נאר געווען אז ווען ר' יעקב חיים פלעגט צו קומען פלעגען אלע פייגלעך שוין קומען פון די ווייטענס און אים באפאלען אויפן קאפ און זיך צוכאפן מיט די עסן, און ווען א פרעמדער פלעגט צו קומען האבן זיי מורא געהאט צו קומען פליען, אזוי ווייט האבן די פייגלעך שוין דערקענט זייער "שפייז געבער"......
תוקן על ידי פינחס_יואל ב- 09/01/2011 03:34:11