היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » בד"ה הרה"ח ר' יעקב חיים רוטנער ז"ל

בד"ה הרה"ח ר' יעקב חיים רוטנער ז"ל

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2865017

געזינט » 7/1/2011 18:56

יעצט קומט פאר די לווי' פאר הרה"ח ר' יעקב חיים רוטנער ז"ל, פארן ביהמ"ד ספינקא אויף 44 פען סטריט , לאנגיעריגע קעכער און מעניטשער פאר די ישיבה קטנה אויף ראטליטש (קינגס טערעס)

א יוד מלא וגדוש געווען א גיטע סעמפל פאר די בחורים

המשך אי"ה


תוקן על ידי געזינט ב- 07/01/2011 18:57:19

קליפ » 9/1/2011 07:46

A Few Weeks Ago
[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 09/01/2011 21:22:54

זיבענבערגן » 9/1/2011 08:28

צו ווייסט איינער פארוואס מ'האט אים געלייגט אין קרית יואל, נישט אין מאנסי נעבן זיין רבי'ן הרה"ק מריבניץ זי"ע? מסתמא איז דאס געווען זיין רצון, פארוואס?

(ביטע נישט אריינמישן קיין נארישע פאליטיק)

קליפ » 9/1/2011 14:54

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 09/01/2011 21:23:22

אייזנער » 9/1/2011 21:07

שוין יארן צוריק געקויפט דארט א חלקה

מאיר_הערש » 9/1/2011 21:24

דער נפטר ע"ה האט געקויפט א חלקה אין די נייע חלקה פון בית החיים שע"י קהלתינו הקדושה אין קרית יואל, און האט אויסגעדרוקט זיין באגער צו ליגן דארט פאר מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, און פאר הרה"ח ר' זלמן לייב פעלדמאן הי"ו משמש דקהלתינו הקדושה. אבער ליידער האבן אפאר אייניקלעך געטון קעגן רצונו, און אים איבערגעגעבן פאר די אנדערע חברה קדישא.

שיףרבי » 10/1/2011 00:24

פליז? מורו ורבו
פארוואס ווייל ער האט געמאכט א שוהל אן סטעפס פאר ווילטשערס

מען רעדט דאך דא פון אן אמתדיגער מסירת נפש יוד במלא מובן המלה כידוע לכל!
פאר כ"ק אדמו"ר הגה"ק מספינקא שליט"א איז דאס מסתם אויך נישט נוחה.

קעציל » 10/1/2011 06:24

די צוויי בילדער איז בשעת'ן מאכן טויסט-ברויט. ער פלעגט אלעמאל צוזאמנעמען איבערגעליבענע ברויט פון לאנטש רום, וואס איז שוין אלט מער ווי א טאג, און ארויפלייגן אויף א טאץ ארייצונלייגן אין אויווען... און בשעת מעשה פלעגט ארבעטן א טעיפ, עפ"י רוב פון הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א... איבעריג צו זאגן אז די בחורים פלעגן זיך מחיה זיין מיט פיינע אפגעבאקענע ברויט
ער פלעגט מקפיד זיין אז נאר די שיריים פון די טויסט-ברויט מיט אנדערע שיריים זאל מען ארויפשיקן פאר די פייגעלעך (וואס ער פלעגט אלס טוהן אויפן דאך פון קינגס-טערעס) אבער די ברויט וואס מהאט נאכנישט אפגעבאקן זאל מען אוועקלייגן פאר טויסט

קעציל » 10/1/2011 06:26

[בילד – נישט אפגעהיט]

קעציל » 10/1/2011 06:28

[בילד – נישט אפגעהיט]

קעציל » 10/1/2011 07:05

די \צוויי בילדער איז בשעת'ן אראפטראגן לאנטש פאר די כולל יונגעלייט, א "חסד" וואס ער האט געטוהן לשמה, נישט באקומענדיג באצאלט פאר דעם פון די הנהלת הישיבה. ער האט דאס געטוהן ספעציעל פאר די חשובע יונגעלייט, בני תורה, זאלן נישט דארפן מטריח זיין אהיימצוגיין ביי לאנטש
 
הוי! מי יתן לנו תמורתו!

קעציל » 10/1/2011 07:08

[בילד – נישט אפגעהיט]

קעציל » 10/1/2011 07:12

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 10/1/2011 17:26

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

ברךמשהחסיד » 10/1/2011 19:48

חבל על דאבדין, אוי איז ער געווען א חשוב'ער טייערער איד.

ס'איז נאר א שאד אז מען האט אים נישט געלייגט אין די נייע חשוב'ערע חלקה, וואס האט נישט אויף זיך קיין שום שאלות פון גזילה, וואס קען חלילה זיין נישט אזא טובה פאר'ן נפטר.

סענעטאר » 11/1/2011 22:52

מאיר_הערש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער נפטר ע"ה האט געקויפט א חלקה אין די נייע חלקה פון בית החיים שע"י קהלתינו הקדושה אין קרית יואל, און האט אויסגעדרוקט זיין באגער צו ליגן דארט פאר מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, און פאר הרה"ח ר' זלמן לייב פעלדמאן הי"ו משמש דקהלתינו הקדושה. אבער ליידער האבן אפאר אייניקלעך געטון קעגן רצונו, און אים איבערגעגעבן פאר די אנדערע חברה קדישא.

 
פארשטייט זיך אז די אהרונים האבן דאס גלייך געלייקענט, אבער מורא האבענדיג אז קהל וועט ארויסגעבן דעם צעטיל וואו ר' יעקב חיים ע"ה האט אונטערגעשריבן אז ער וויל ליגן אין די נייע חלקה, (א זאך וואס קהל וועט קיינמאל נישט טוהן, קהל זענען נישט אהרונים און פלאנען נישט צו זיין אהרונים וואס ווען עס קומט צו היידפארק איז אלעס מותר.) מאכט מען שנעל א ספין אז דער ר' יעקב חיים האט דאס פשוט אונטערגעשריבן וועגן טעראר.
 
וויל איך פרעגן א מורא'דיגע פראגע, דער זעלבער שרייבער וואס איז מחדש אז מ'האט ר' יעקב חיים טערעראזירט און דעריבער האט ער אונטערגעשריבן דאס צעטיל, האט אפאר שורות פריער געשריבן אז ר' יעקב חיים איז געווען א זעלטענער מסירת נפש איד, נאך פון רוסלאנד וואו ער האט זיך ממש מוסר נפש געווען בלי גוזמא זיך צו האלטן אידיש און ערליך, מ'שטיינס געזאגט אז פאר די קאמוניסטן האט ער זיך נישט געבראכן, אבער פאר די זאליס יא? איך האלט אז עס וואלט געווען א בזיון אפילו צו זאגן אז ר' יעקב חיים האט זיך געבראכן פאר די זאליס.