היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » בד"ה: הרה"ח ר' יונה האלפערט ע"ה - משב"ק מרן הברך משה

בד"ה: הרה"ח ר' יונה האלפערט ע"ה - משב"ק מרן הברך משה

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2864837
בלאט: 1 2

סענעטאר » 7/1/2011 04:02

יעצט קומט די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרה"ח ר' יונה האלפערט ע"ה פון בארא פארק, לאנגיאריגער משב"ק ביי מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע.

סענעטאר » 7/1/2011 04:07

ער איז אלט געווען 88 יאר אלט. די לוי' קומט פאר אום 10:30 פארענט פון סאטמאר ביהמ"ד אויף ראדני סט. ער וועט קומען לקבורה אין די נייע חלקה פונעם בית החיים דקהלתינו הקדושה אין קרית יואל.

קעציל » 7/1/2011 04:11

לערענדיג בחביבות מיט רבינו בעל ברך משה זצ"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]

קעציל » 7/1/2011 08:24

ביי די שבעה נאך רבינו בעל ברך משה, ר' יונה ע"ה מנחם אבל להבח"ט רבינו שליט"א

מנהל_ניק » 7/1/2011 17:10

קליפ » 7/1/2011 17:57

מיטן בעל ברך משה זצ"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

קליפ » 7/1/2011 17:58

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

קליפ » 7/1/2011 17:59

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

קל_וחומר » 7/1/2011 19:42

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי קל_וחומר ב- 07/01/2011 19:43:19

ספרינטער » 7/1/2011 19:56

דער נפטר האט א גרויס חלק און דעם וואס מען הערט היינט תורה טעיפס ווען מען פארט אויפן וועג. יהא זכרו ברוך!

קליפ » 7/1/2011 22:42

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 10/01/2011 21:27:37

קעציל » 9/1/2011 02:41

רא"ט פיצט זיך די נאז...
ליצנות און זייט געלייגט, האט איינער א בילד אדער אויסצוגען פונעם הספד ווען ר' יונה האט מספיד געווען מיט בכיות רבינו בעל ברך משה?
ווער עס האט נאך סיי ואספארא בילדער זאל עס מיר ביטע אימעילן אויף 911hydepark@gmail.com איך וועל עס בעז"ה ארויפשטעלן. 

פריינדליך » 9/1/2011 04:40

קליפ כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

וועלכער איז ר' יונה?

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 10/01/2011 21:27:56

סקאטמאלען » 9/1/2011 16:16

שטייענדיג דער 2'טער רעכטס, לינקס פונעם בחור'ל

קעציל » 10/1/2011 05:17

[בילד – נישט אפגעהיט]

קעציל » 10/1/2011 05:18

[בילד – נישט אפגעהיט]

קעציל » 10/1/2011 05:19

[בילד – נישט אפגעהיט]

קעציל » 10/1/2011 05:21

[בילד – נישט אפגעהיט]

קעציל » 10/1/2011 05:23

[בילד – נישט אפגעהיט]

קעציל » 10/1/2011 05:24

[בילד – נישט אפגעהיט]

קעציל » 10/1/2011 05:26

[בילד – נישט אפגעהיט]

קעציל » 10/1/2011 05:28

ווער עס האט נאך בילדער זאל עס מיר ביטע שיקען אויף 911hydepark@gmail.com

קעציל » 10/1/2011 05:43

[בילד – נישט אפגעהיט]

ברךמשהחסיד » 10/1/2011 19:55

וואו איז דער לעצטער בילד (אין לאנדאן?)
דאכט זיך אז די רעכטע זייט פון ר' יונה איז ר' יחזקאל משמש

דזשיגאן » 10/1/2011 20:03

אין אנטווערפען תשמ"ו

שיףרבי » 11/1/2011 18:46

יישר כח
נאסטאלגישע זכרונות
מי יתן והי'

ספרינטער » 11/1/2011 20:15

הערליך! ברענג נאך.

ברךמשהחסיד » 11/1/2011 20:26

איך זע אז יענקעלע11 מיט וואלןסח זענען זייער ברוגז אויף הרה"ח ר' יונה ע"ה, דער געטרייער משמש פון רבי'ן זי"ע בעל ברך משה, פארוואס מען האט אים געלייגט אין די בכבוד'דיגע ניי חלקה פון קהל יטב לב, ווי ער קען ליגן במנוחה נכונה אן קיין שום שאלות גזילת קרקע וכדומה.

קען זיין אז ביי זיי איז דער כבוד המדומה פון ליגן אפאר פיס נענטער צום אוהל זייער א וויכטיגע זאך, און עס וועגט איבער די הלכה'דיגע פראבלעמען וואס זענען פארבינדן מיטן ליגן אין אלטן בית החיים.

אבער הרה"ח ר' יונה וואס איז געווען א תלמיד חכם מופלג, און האט לאנגע יארן געהאט די זכיה צו זיין דער משמש בקודש און פערזענליכער חברותא פון רבי'ן, האט אנדערש מחליט געווען ווי די בלאט און היידפארק שרייבערס.

די גרעסטע דזשאוק איז נאך, וואס זייער קינדערישע הויפט דאגה איז, אז ר' יונה'ס אייניקלעך וועט מען טשעפענען אין חדר אז זייער זיידע ליגט נישט נעבן ר' סענדער דייטש וכדומה...
 
ממש פלאי פלאים צו וויפיל טפשות מען קען דערגרייכן.

סענעטאר » 11/1/2011 23:05

נישט פאר יאנקעלע 11 און נישט פאר וואלןסח באדערט אז מ'גייט טשעפען ר' יונה'ס אייניקלעך אין חדר. קודם כל האט דער זעלבער וואלןסח מיט א שטיק צייט צוריק בארעכטיגט דאס צוהאקן די טיר אויף קינדער וואס גייען ארום נאך געלט פאר מוסדות ויואל משה אדער בני יואל, פארן בלויזן חטא אז זייער טאטע גייט נישט אין שפאן. דעריבער איז זיין רחמנות שטאפל אויף קינדער ברייט באקאנט. וואס עס באדערט זיי יא, און דאס איז לכאורה וואס סקאטמאלען איז נישט משיג, איז פשוט די געלט און בעלות פארלוסט. פאקטיש איז פון זיי צוגענומען געווארן דאס לעצטע געווער וואס זיי האבן נאך געהאט קעגן אנ"ש, אבער נישט סתם א געווער, נאר א מאסן פארניכטונג וואפן, זיי זענען געקומען צו משפחות בשעה שמתם מוטל לפניהם, און באראבעוועט מיט שווערע געלטער, און דאס איז בחסדי השם געקומען צו א ענדע.
 
און יא, ווען די אייניקלעך וועלן אזוי שטארק וועלן וויסן וואס פשט אז זייער זיידע ליגט נישט אין די אלטע חלקה וועט מען זיי ענטפערן זייער פשוט: מיט א קנאפע פאר יאר צוריק, איז געווען א שלעכטער דיקטאטור און הערשער, א משתלט על הציבור, א בור ריק ועם הארץ ר' אהרן טייטלבוים. דער ר' אהרן האט ליעב געהאט צו געוועלטיגן אויף אלס און אלעמען, און דער בית החיים איז טאקע געווען פאר אים דאס בעסטע געווער ווייל די טבע פון א בשר ודם איז אז ווען עס שטארבט אים א נאענטער מענטש איז ער בכלל נישט געהעריג ביים דעת, און דעמאלס פלעגט מען די מענטשן סטראשען אז אויב וועלן זיי נישט באצאלן כך וכך וועט דער נפטר גיין ליגן קיין לאנג איילענד, ער האט געשטעלט א באוויסטן גנב און רויבער אלישע הורוויץ בראש פון די חברה קדישא, און זיין אויפגאבע איז געווען ארויסצו'גנב'נען ווי מער געלט פון משפחות פון פארשטארבענע מענטשן. איין מאל איז געשטארבן דער זון פון אונזער ראש הקהל ר' שאול פערלשטיין, און ר' אהרן האט באשלאסן אז ער גייט נישט לאזן באגראבן יענעם איד, ווייל ער האט א חשבון מיט זיין טאטע, ר' שאול. ער האט אבער פארזען אז אין די דאזיגע מינוטן האט ער פארפאטשקעט און פארשפילט זיין טייערסטע וואפן געצייג, דער בית החיים. אונזער רבי מיט די דיינים האבן נאך יענעם טאג מקדש געווען א נייע בית החיים, אט די דאזיגע וואו זיידי ליגט באגראבן, און אזוי ארום איז געקומען צו א פולשטענדיגער ענדע די גניבות און גזילות פון ר' אהרן טייטלבוים אויף די משפחות פון די נפטרים ווייל מ'האט שוין נישט געהאט מיט וואס זיי צו סטראשען. אונזער זיידע ע"ה, האט באשלאסן אז ער וויל נישט ליגן ביי גנבים און מענטשן פרעסער, וואס האבן אפגעהאלטן א נפטר פון קומען אל הנחלה ואל המנוחה פאר בלויזע תאוות השררה און פאליטישע חשבונות, האט ער זיך איינגעשריבן אין די בית החיים און דא האט מען אים געלייגט כפי רצונו, און ווי דו קענסט אליין זען, האבן זייער אסאך ערליכע און וואוילע אידן זיך אויך איינגעשריבן אין דעם בית החיים פאר די זעלבע סיבה. פארשטייסט שעפעלע?
 
און יעצט אז אלישע הורוויץ, כ'מיין יאנקעלע11 האט נאך אלץ א פראבלעם, זאל ער זיך אזוי גוט זיין ווענדן צו זיין רבי דעם עם הארץ און אנפרעגן פארוואס ער האט זיך פאר'עקשנ'ט יענעם ערב ראש חודש אלול תשס"ט, און באשיינפערליך אזוי פארלוירן דעם בית החיים. ווייל לפי עניית דעתי, זענען די זאליס אביסעלע קלוגער פון דעם, און ווען זיי האבן ווען דעם בית החיים און יצחק ראזענבערג שטארבט, וואלטן זיי אים גלייך באגראבן וואו ער וואלט פארלאנגט, ווען זיי זאלן ווען וויסן אז אויף זייער קאפ לויערט א סכנה פון א עפענען א נייע בית החיים וואס וועט ברענגן צו א אפשטעל דאס גאנצע חברה קדישא געשעפט.

תוקן על ידי סענעטאר ב- 11/01/2011 23:17:15

theחדשות » 11/1/2011 23:27

ברךמשהחסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך זע אז יענקעלע11 מיט וואלןסח זענען זייער ברוגז אויף הרה"ח ר' יונה ע"ה, דער געטרייער משמש פון רבי'ן זי"ע בעל ברך משה, פארוואס מען האט אים געלייגט אין די בכבוד'דיגע ניי חלקה פון קהל יטב לב, ווי ער קען ליגן במנוחה נכונה אן קיין שום שאלות גזילת קרקע וכדומה.

קען זיין אז ביי זיי איז דער כבוד המדומה פון ליגן אפאר פיס נענטער צום אוהל זייער א וויכטיגע זאך, און עס וועגט איבער די הלכה'דיגע פראבלעמען וואס זענען פארבינדן מיטן ליגן אין אלטן בית החיים.

אבער הרה"ח ר' יונה וואס איז געווען א תלמיד חכם מופלג, און האט לאנגע יארן געהאט די זכיה צו זיין דער משמש בקודש און פערזענליכער חברותא פון רבי'ן, האט אנדערש מחליט געווען ווי די בלאט און היידפארק שרייבערס.

די גרעסטע דזשאוק איז נאך, וואס זייער קינדערישע הויפט דאגה איז, אז ר' יונה'ס אייניקלעך וועט מען טשעפענען אין חדר אז זייער זיידע ליגט נישט נעבן ר' סענדער דייטש וכדומה...
 
ממש פלאי פלאים צו וויפיל טפשות מען קען דערגרייכן.


אינטערעסאנט אז הגז"ל האט דאס נישט פארשטאנען ווען עס איז געקומען צו זיין אייגענע מאמע, אינעטערסאנט אז ענקערע אייגענע דיינים פארשטייען עס איז נישט ווען עס קומט צו גיין צו זייער אייגענע טאטע. די אלע היץ קעפ "זיי" ווילן יא לייגן אין קרקע גזולה, זיי ווילן יא די כבוד המדומה פון ליגן נעבן אונזערע הייליגע רבי'ס זצ"ל. זיי ווילן נישט אז זייערע נאנטע זאלן ליגן דארט ווי אינדערהיים האט מען געלייגט די ממזרים און די מוסרים, זיי ווילן נישט אויסזעהן ווי די ספינקא כהנא'ס אין סיגוט, זיי ווילן נישט אויסזעהן ווי די נעלאגן אין איהעל. נאר די עולם גולם, קענען באשטיין צו ליגן דארט צוזאמען מיט די מאנגאס. עס איז מין בעסטע און זיסטע נקמה אין יונה האלפערט אז ער ליגט דארט.

סטראבערי » 12/1/2011 05:05

מיינע טייערע פריינט;

יעדער דא ווייסט אז אויב ר' יונה וואלט נאר – אן ארויסרעדן א ווארט – נאר א בלינק געטוען צו שלמה שמש און אים א שלעפ געטוען צו א זייט – און אים ריינגערוימט אין די אויער,

 "ליסטען היער, פאליטיק איז פאליטיק, אבער ריעל סטאָפ איז סיריעס ביזנעס:

"יאַך וויל ליגן אין'ם אלטן ביה''ח!"

וואס עס וואלט נאכגעקומען ווייסט איר אלע זייער גוט, ער וואלט באקריגן אלעס, אפי' אויפ'ן דאך פון'ם אוהל –אויב ער וואלט געוואלט – וואלט ער געקאנט ליגן.

אלע ארונים וואלטן טריאומפירט, די בלאט וואלט ארויסגעגיבן א באזונדערע ביילאגע, א קלייניגייט? אפי' דער וואס האט געקעמפט ווי א לייב פאר ר' זלמן לייב, וויל אויך נישט ליגן דארט!?

טא, וואס פעלט צו דרשנ'ן און דרשנ'ן, און שפילן בת-היענה?

"רצונו של אדם זה כבודו" = דאס האט ער געוואלט, און דאס האט ער באקומען!"

_________________


ברךמשהחסיד » 12/1/2011 05:11

עס איז בכלל נישט קיין "כבוד" אפילו נישט קיין כבוד המדומה צו ליגן אין א חלקה בגזילה, און ס'איז בכלל נישט קיין טובה פאר א נפטר
.
די נייע חלקה איז זייער א חשוב'ע חלקה, און פונקט ווי דער המנוחות, און דער הר הזתים אין ירושלים, עפנט מען שטענדיג נייע חלקות, ווי מען לייגט פרישע נפטרים ב"מ, פונקט אזוי אין קרית יואל האט מען געעפנט ניי חלקות, ווי מען לייגט ערליכע אידן אנשים חשובים, בלי שום שאלות של גניבה וגזילה, און ס'איז זייער א חשוב פלאץ.

לגבי הרה"ח ר' יונה ע"ה, דער משב"ק, וואס אויף דעם שרייבן די אהרונים אז העטעך פעטעך מען וואלט אים געלייגט נעבן ר' סענדער דייטש, אויף דעם וואלט מען אפשר געקענט זאגן כבוד המדומה.

אבער ווי יעדער ערנסטער מענטש פארשטייט איז סתם שטותים צו מעסטן די זאכן לויט כיבודים, און ווער זאגט איז ס'איז נישט חשוב'ער צו ליגן נעבן הרה"ח ר' משה אפרים הערשקאוויטש ע"ה. קענען מיר דען שאצן ווער ס'איז גרעסער אדער קלענער?

איין זאך איז זיכער אז ווער ס'איז עוסק בתורה וביראה אזוי ווי ר' יונה, אזא איינער איז אסאך חשוב'ער ווי איינער וואס רעדט זיך איין אז ער וועט ליגן נעבן דעם אדער יענעם, וואס די זאכן העלפן גאנץ ווייניג.

און נישט ליגן און גע'גנב'טע קרקע האט אויך א ספעציעל חשיבות.

theחדשות » 12/1/2011 05:19

דעמאלס פארוואס האבן די אלע דיינים און רבנים וועלכע האבן אונטערגעשריבן די קול קורא אז מ'זאל קויפן (אדער באקומען בחינם) נאר ביי ענק נישט פארשטאנען וואס דו שרייבסט דא?

theחדשות » 12/1/2011 05:40

איך וויל מסביר זיין וואס דאס גייט דא פאר.

עס איז געשעהן א מורא'דיגע טראגעדיע אין א משפחה, לאמיר נישט אריינגיין אינעם פערזענדילכקייט פונעם נפטר, ווי אזוי מ'האט אויסגעניצט זיין פטירה פאר פאלטישע אינטערעסן, די גנבים חמסנים דרשה ביי א לוויה די בלוט בילבולים אויף הצלה וכו' וכו'. מ'האט אפגעקויפט א חלקה אין פאלאקס לאט און דאס מקדש געווען.

לאמיר דא מקדים זיין אן הקדמה: בני יואל האט אויך א חלקה, נאך אסאך קהילות האבן חלקות, עס באדערט נישט קיינעם. פון מיין זייט זאל די זאליס האבן דאס גרעסטע חלקה אין די גאנצע וועלט.

דא שטעקט א צווייטע פראבלעם. מ'האט אנגעהויבן שרייען אז עס איז איין גרויסע בית החיים, נישטא קיין חלקות, נישטא פלעצער, אלעס איין גרויסע מיש מאש. וואס אויף דעם האט מען זיך גע'טענה'ט.

אזוי ווי יעדער פארשטייט אז אויב מ'וואלט ווען באגראבן סנדר דייטש ביי חלקת הנפלים אדער ילדים, וואלט עס געווען זייער מועס, אפילו עס איז אין די זעלבע ביה"ח. ווייל יעדע ביה"ח האט חלקות. אינדערהיים איז די פלאץ פאר ממזרים און מוסרים געווען אינטערן גדר.

אנהייב האבן ענק געשריבן און געשריגן אז עס איז איינס. איך האב הנאה אז ענק האבן אליינס איינגעזעהן אז עס איז צוויי עקסטערע ביה"ח אזוי ווי הר המנוחות און הר הזיתים, אזוי ווי ביידע האבן נישט קיין שייכות, אזוי אויך דא, ביידע האבן נישט קיין שייכות.

איך האב הנאה אז ביי די סוף האבן מיר זיך זייער גוט פארשטאנען. אזוי ווי די ארונים האבן גע'טענה'ט עס איז נישט איין ביה"ח, עס איז נישט סמוך ונראה,  אנהייב זענען ענק געווען ווילד ווי א בין.


אמאל האט עס אויסגעזען:

ארונים:
ענק מעגן האבן א אייגענע ביה"ח אבער 
עס איז נישט סמוך ונראה
עס איז נישט איין ביה"ח.

זאליס:
אונז מעגן האבן אן אייגענע ביה"ח אבער
עס איז יא סמוך ונראה
עס איז איין ביה"ח

היינט:

ארונים
ענק מעגן האבן אן אייגענע ביה"ח אבער
עס איז נישט סמוך ונראה:
עס איז נישט איין ביה"ח:

זאליס:
אונז מעגן האבן אן אייגענע ביה"ח אבער
ווער דארף די איינגערעדטע כבוד פון סמוך ונראה
עס איז ווי הר המנוחות און הר הזתים. גערעכט עס איז נישט איין ביה"ח.

אלזא וואס טענה'ן מיר זיך בכלל? ביידע האלטן דאך דאס זעלבע, און פרעג איך דיר, איז דאס נישט קיין לצינות שפיל אז די וואס שרייבן אונטער די הארבקייט פון ליגן אונעם ביה"ח און די גרויסע מצווה פון ליגן אין פאלאקס לאט, די אלע באגראבן זיירע נאנטע אינעם ביה"ח, ווייסט דאס נישט וואס זיי טראכטן? ווייזט דאס נישט אז זיי קוקן ענק אן ווי בהמות פאר'ן פאלגן? א זאך וואס דו האלסט נישט דערביי ווי אזוי קענסטו הייסן אנדערע?


ברךמשהחסיד » 12/1/2011 06:57

האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן וועגן הר המנוחות און הר הזיתים.

הר המנוחות איז א ריזיגער בארג, וואס אויף דעם זענען דא הונדערטער חלקות, און מען עפנט דארט נייע חלקות ווען מען דארף.
די בעלזע חסידים צום ביישפיל ליגן אין הר המנוחות, כאטש דער בעלזער רב מהר"א ליגט אין חלקת הרבנים, און זיי ליגן אין אנדערע חלקות אויפן זעלבן בארג, ס'איז נישטא קיין מאחורי הגדר, און די אלע מארקעטינג שטותים, וואס די אהרונים פרובירן צו נוצן אן ערפאלג.

די אנדערע נארישע קשיא וואס דו האלטסט און איין איבערפרעגן אויף יחיד'ישע משפחות, פארוואס זיי האבן יא געוואלט לייגן אין אלטן בית החיים, איז נישט קיין כלליות'דיגע קשיא, נאר יעדעס פאל האט זיך זיינע חשבונות.

דער סך הכל איז, אז די נייע חלקה אויפן זעלבן בארג ווי עס ליגט רביה"ק זי"ע, און נאך חשוב'ע אידן, איז זייער א חשוב'ע חלקה, און האט נישט קיין חשש פון גזילה וגניבה, און דערפאר זענען דא חשוב'ע ערליכע וואס ווילן דוקא דארט ליגן קיינעם נישט צו בא'עוולה'ן.

אויך זענען דא אסאך מענטשן וואס ווילן נישט איינשטעלן מיט די אהרונים, וואס זענען נאך אומשטאנד כדי אפצוטאן פאר די משפחות א בזיון, אוועקצולייגן פון די נאענט אזעלכע מוסרים והולכים בערכאות ווי בערל פריעדמאן יוסי בראך און יצחק ראזענבערג, אדער רא"טס קינדער וועלכע האבן גערופן זייער זיידן בערכאות וכדומה.

קען מען דאך האבן ביידע, סיי ליגן סמוך ונראה צו רביה"ק זי"ע און זיי ליגן בדרך כבוד צווישן ערליכע אידן, אן קיין שום חשש פון גניבה וגזילה.

ברךמשהחסיד » 12/1/2011 06:59



חלקות אויפ'ן הר המנוחות

ספרינטער » 12/1/2011 07:10

וואס איז די אויפרייס דא? ביטע נישט פארדרייען די נושא פון דעם אשכול.

ברךמשהחסיד » 12/1/2011 07:22

בעלזער חסידים זענען מקדש א נייע חלקה אויפן הר המנוחות "מאחורי הגדר" פון הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע.

ברךמשהחסיד » 12/1/2011 07:33

דער סך הכל.

אין קרית יואל איז דא א בארג לאמיר עס אנרופן "הר יואל", וואס דארט איז דער ציון הק' פון מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, און פון רביה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, און אויף דעם בארג זענען דא עטליכע חלקות.

די אלטע חלקה איז געווארן איבערגעשריבן בגזילה און די גזלנים האבן זיך אויפגעפירט מיט שרעקליכע בזיון המתים, און מיט שרעקליכע טעראר און געלט ארויספרעסונג פון די לעבעדיגע.

האט קהל יטב לב מקדש געווען א נייע חלקה אויפן "הר יואל", וואס איז טאקע אביסל ווייטער, אבער מער חשוב, ווייל ס'איז נישטא קיין שאלות פון גזילה, און מען בא'עוולה'ט נישט קיינעם מיטן ליגן דארט במנוחה נכונה, און ס'איז אויך סמוך ונראה צום אוהל פון רביה"ק זי"ע, און דערפאר זענען ערליכע אידן מהדר דארט צו קויפן חלקות.

ברךמשהחסיד » 12/1/2011 07:47

ווער ליגט "מאחורי הגדר" פון וועמען?
[בילד – נישט אפגעהיט]


אויפן הר הזיתים:


ברךמשהחסיד » 12/1/2011 20:17

יענקעלע11 כתב:
לו יהא אז די זאליס זאלען האבען אביסל שכל אין מאכען די נייע ביה''ח אלס א נייע ביה''ח א שטייגער ווי נאך א חלקה אופן הר המנוחת, ווי טייל זאליס ווילן עס יעצט אויפשפיל.... אין געבן א נאמען ''הר יואל'' -....  וואלט עס געווען א נייע חלקה פין די זאליס אזווי די ווילסט, 
עס וועט טאקע נישט האבען אזא חשיבות ווי א ביה''ח במחיצות רבותיה''ק
ווי אלע חסידי סאטמאר האבען זיך געלאזט קאסטן צו ליגן די לעצטע 30 יאר

אוודאי האט מען די לעצטע 30 ביז ר"ח אלול תשס"ט זיך געלאזט קאסטן צו קענען ליגן אויפן "הר יואל" סמוך ונראה צו רביה"ק זי"ע. עס איז בימים ההם געווען די איינציגסטע חלקה אויף דעם בארג. און כאטש אין יענע חלקה איז פארגעקומען רעגלמעסיג שפיכת דמים ובזיון החיים והמתים, אז מען האט נישט צוגעלאזט נאנטע צו די לויות אדער קברים פון זייערע עלטערן, האט מען נישט געהאט קיין גרויסע ברירות, ווייל עס איז נישט געווען עפעס אנדערש.
ווען די ראט"ן האבן בגזילה איבערגעשריבן די חלקה, איז דער מצב געווארן נאך ערגער צוליב דאס נישט לאזן באגראבן נאר נאכן אויסרויבן שוידערליכע אומדערהערטע סכומים פון די משפחות, דערצו האבן זיי מבזה געווען נפטרים דורך לייגן נפרטים אויף אן אופן וואס איז מצער די משפחות ועוד.
משא"כ היינט צו טאג א חלקה אויפן "הר יואל" וואס איז חשוב'ער פונעם אלטן חלקה, עס איז נישט קיין שום שאלה פון גזילה, מען בא'עוולה'ט נישט קיינעם, ס'איז סמוך ונראה צום מקום מנוחתו פון רביה"ק זי"ע, דערצו האט עס אלע מעלות פון א בית החיים אין א שטאט, איז קלאר אז מענטשן ווילן ענדערש ליגן אין די חלקה ווי אינעם אלטן.
איי ס'איז דא יחידים וואס ווילן יא דערווייל ליגן מכמה סיבות אין די אלטע חלקה, דאס איז זייער באשלוס,  
 
אבער עס וואלט אפשר כאטש געהאט די זעלבע חשיבות ווי ניו זשורזי אדער כאטש ווי בני יואל ,
עס האט טאקע די זעלבע חשיבות ווי ניו דזשוירסי, אז מען האלט נישט צוריק בני המשפחה פון קומען אויף די קברים פון זייערע עלטערן. ס'האט אויך די זעלבע חשיבות פון בני יואל כנ"ל, און אויך אז ס'איז אין א אידישע שטאט, און ס'איז גרינגער צוצוקומען ועוד. אבער ס'האט א מעלה מער איז אויפן "הר יואל", אין זעלבן בית החיים פון רביה"ק זי"ע, נאר אן אנדערע חלקה.

קומט אויס אז פאללאקס איז 'טרוקן' מאחורי הגדר... אן קיין שום הסברים
דאס האב איך פשוט נישט פארשטאנען... סארי...

outspoken » 12/1/2011 20:22

ענקעלע11 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אין דאס קינד וועט ענטפערן, טאטי! האו קאם בערעלע לעפקאוויטש'עס זיידע וואס איז אויך מיט ר' זלמן לייב'ס קהילה, פארוואס ליגט ער יא מיטן ויואל משה אין איין בית החיים? און אזוי אויך נאך יונגלעך פון מיין חדר וואס זייערע זיידעס און באבעס האבן באלאנגט צו רבי זלמן לייב'ס קהילה און דאך ליגן זיי נישט אינטערן צוים, יודעלע שווארץ'ס זיידע, וואס איז אפילו געווען א בני יואל, און דאך ליגט ער מיט דע ויואל משה, משה'לע גראס'עס באבע האט מען אויך געלייגט אין די בית החיים מיט דע ויואל משה, כאטש זיין זיידע איז גבאי אין דע גרויסע שול אויף ראדני, און איך האב אליין געזען זיין זיידע געבען א קיש פאר דע רבי, סא, פארוואס קען אינזער זיידע נישט זיין מיט רבי זלמן לייב'ס קהילה און דעסטוועגן ליגן דארט ווי אלע זיידעס און באבעס ליגן, יא, איך האב שיעור נישט פארגעסן, חזקי וויינבערגער'ס עלטער זיידע און עלטער באבע, ליגן אויך דארט פאר די געיט, כאטשיג זיין זיידע  איז א חבר הבית דין ביי דע רבי, טאטי, עפעס זאגסטו מיר נישט דע אמת, אלע יונגלעך טשעפען מיט מיר אין חדר, זיי שרייען מיר גיי צו פאללאק, פונקט אינזער זיידע האט מען געדארפט לייגן אינטער דע געיט.

מיין קינד טייערע ווייל זייער זיידעס האבן באצאלט מעמבערשיפ פארן מהר''א'ס קהילה, נאר צו קענען ליגען אין איין ביה''ח מיט רבינו הק', אבער אונזער זיידע איז געווען א איד וואס איז געווען אויסגעקאכט אינ'ם ויואל משה, און ער האט פארשטאנען אז דורך דעם וואס ער איז אן אפציעלע מעמבער אין א קהילה, איז מען א גאנצע שותף אין אלע זייערע מעשים, און אונזער זיידע זאל מיען אין לעכטיגן ג''ע, איז געווען א מסירת נפש איד און א בר דעת, ער האט נישט פאר כבוד המדומה געוואלט האבען קיין שייכות, און זיין א שותף מיט א קהילה וואס......(דא וועט דער זלונישע טאטע מסבר זיין פארן אייניקעל א שיינע פאר שעה)

theחדשות » 12/1/2011 23:49

ברךמשהחסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עס איז בכלל נישט קיין "כבוד" אפילו נישט קיין כבוד המדומה צו ליגן אין א חלקה בגזילה, און ס'איז בכלל נישט קיין טובה פאר א נפטר
. גזילה פון וועם? ווער האט דאס געהאט אז מ'האט דאס גע'גזל'ט? עס האט אייביג געהערט פאר די ראשי הקהילה חסידי ותלמידי רבינו בעל ברך משה, און עס איז ווייטער געבליבן. חסידי ברך משה האבן אייביג געהאט איינס און די בני יואל האבן אייביג געהאט איינס, דו ביסט א ברך משה חסיד קיינמאל נישט געווען, אפשר ביסטו געקומען צו אים פון תשנ"ט זיך צו פרייען בצרתו, אבער מיט א קוויטל נישט, און קום מיר נישט איינרעדן קיין שטותים.

די בית החיים האט אייביג געהערט צו זיינע חסידים און עס איז דארט געבליבן, אונז לערנען פון די ברך משה זייער אסאך, מיין רבי רעדט פון דעם אגאנצן צייט, מיין רבי האט געהאלפן זיין יענקי ברודער צו מאכן געלט אויף די ברך משה חשבון אפילו נאך די מחלוקה. מיין רבי ארבעט ארויסצוגעבן נאך ספרים פון זיין טאטע,מיין רבי געט בנינים נאך זיין טאטע, (משא"כ בנין יאקאבוויטש אין קווינס והדברים ידועים) מיין רבי'נס חסידים געבן ארויס די משה היה רועה, מיין רבי'נס חסידים לערנען און צינדן כסדר ליכט לטובת נשמתו, און מיין רבינ'ס חסידים לערנען ברך משה און נישט נאר מאכן געלט אויף דעם.

אלזא עס איז אייביג געווען צווי בתי חיים, איינס פאר חסידיו און איינס פאר מתנגדיו. סאו וכאן הבן שואל, פון וועם האבן דיר דאס צוגענומען? יא! מיר האבן נישט געלאזט אז אויך דאס זאלן זיינע מתנגדים צונעמען.
די נייע חלקה איז זייער א חשוב'ע חלקה, און פונקט ווי דער המנוחות, און דער הר הזתים אין ירושלים, עפנט מען שטענדיג נייע חלקות, ווי מען לייגט פרישע נפטרים ב"מ, פונקט אזוי אין קרית יואל האט מען געעפנט ניי חלקות, ווי מען לייגט ערליכע אידן אנשים חשובים, בלי שום שאלות של גניבה וגזילה, און ס'איז זייער א חשוב פלאץ.

וואס דאס פארגלייך? דארט עפענט מען ווייל עס איז ליידער נישט דא קיין פלאץ, אויב דו וועסט פארקויפן א חלקה נעבן די הייליגע בעלזא רב זי"ע פאר א בעלזא, מחנובקא חסיד, וועט ער עס אפקויפן בכל הון דעלמא, זיי מאכן נישט אוועק דאס אלטע פלאץ.
לגבי הרה"ח ר' יונה ע"ה, דער משב"ק, וואס אויף דעם שרייבן די אהרונים אז העטעך פעטעך מען וואלט אים געלייגט נעבן ר' סענדער דייטש, אויף דעם וואלט מען אפשר געקענט זאגן כבוד המדומה.
אינטערעסאנט אז פאר די כבוד המדומה איז געווען צענדליגע דיני תורה אינדערהיים וועגן חלקות, און סיגוט אליינס איז געווען א געטיעכטס ווי צו לייגן ר' משה ארי' ביז מ'האט געבויעט אן אוהל דערנעבן. ליגן אין די חלקת הרבנים און נישט מאוחרי הגדר איז שוין געווען אין די גמרא'ס צייטן אז די גמרא גערציילט אז מ'האט געלייגט איינע פון די אמוראים מאוחרי הגדר אנשטאט א מסור, צוליב דעם וואס מ'האט אויפגעשטוישט די ביידע מיטות. האט די אמורא געקומען צו זיין תלמיד אין חלום און פארציילט אז ער איז נענש געווארן צוליב דעם וואס ער האט געזעהן ווי אזוי מ'פארשעמט א תלמיד חכם, און דאס איז געווען זיין עונש, משא"כ די אנדערע מסור האט אמאל געדארפט צו האבן א סעודה פאר'ן קייזער און די קייזער איז נישט אנגעקומען האט ער געטיילט די סעודה פאר ארעמעלייט און דאס איז געווען זיין שכר. עס איז געווען אן "עונש" צו ליגן נישט אין די חלקת הרבנים, און עס איז געווען א "שכר" צו ליגן יא אין די חלקת הרבנים.

די זעלבע איז ר' יונה, ער האט באקומען אן עונש נישט צו ליגן נעבן די רבנים ווייל ער האט געזעהן ווי אזוי מ'פארשעמט א תלמיד חכם און ער האט געשוויגן, אפילו ער איז געווען א תלמיד חכם און אן ערליכן איד.

במילא פארדריי נישט א קאפ מיט כבוד המדומה. ווייל אויב יא
וואל
ט ער ווען געקענט ענטפערן גראד כבוד המדומה און נישט וועגן ער האט געזעהן ווי אזוי מ'איז מבזה א תלמיד חכם


אבער ווי יעדער ערנסטער מענטש פארשטייט איז סתם שטותים צו מעסטן די זאכן לויט כיבודים, און ווער זאגט איז ס'איז נישט חשוב'ער צו ליגן נעבן הרה"ח ר' משה אפרים הערשקאוויטש ע"ה. קענען מיר דען שאצן ווער ס'איז גרעסער אדער קלענער?

איין זאך איז זיכער אז ווער ס'איז עוסק בתורה וביראה אזוי ווי ר' יונה, אזא איינער איז אסאך חשוב'ער ווי איינער וואס רעדט זיך איין אז ער וועט ליגן נעבן דעם אדער יענעם, וואס די זאכן העלפן גאנץ ווייניג.

און נישט ליגן און גע'גנב'טע קרקע האט אויך א ספעציעל חשיבות.



און וועגן וואס דו האסט געשריבן אז איינצעלע יחידים. דאס איז נישט קיין איינצעלע יחידים, דאס דארף זיין דיין רבי און מורה דרך, די וועלכע האבן אינטערגעשריבן אז מ'זאל באגראבן אין פאלאקס לאט, די אינטערשרייבער אליינס האלטן נישט איין זייער ווארט

outspoken » 13/1/2011 00:15

רוח הקודש הופיע בבית מדרשו  [בילד – נישט אפגעהיט]ס'איז קיין שום ענין צו ליגען אין א ביה''ח מיט א צדיק אויב מ'ליגט מאחורי האוהל



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 16/01/2011 20:33:49

דזשיגאן » 13/1/2011 00:36

וואס ווילסטו ארויסברענגן? אז דער רבי ז"ל ליגט נישט אין די אלטע בית החיים אויך נישט?

outspoken » 13/1/2011 00:43

יא ס'איז א פאקט, ער ליגט אין פריוואטע רשות היחיד אינם ביה''ח, דרייסג יאר פאבליק רילעישאן'ס טוישט נישט קיין פאקט וואס רבינו הק' האט אליין געשריבען.

אומזיסט » 13/1/2011 01:32

אוט ספאוקען; הדברים עתיקים.

theחדשות » 13/1/2011 02:40

קליפ כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________



אינטערעסאנט אז די "אלע חסידים" וואס שטייען אין די זייט זענען היינט ארונים
און "אלע גבאים" זענען זאליס

אומזיסט » 13/1/2011 02:47

אולי וועט מען מוזן צוקומען אז דאס זענען נישט קיין עכטע חסידים.

חסידים וואס זענען מפרסם בילדער פון זייער רבי'ן וואס זייער רבי וואלט זיך געשעמט מיט דעם בילד, זענען אלעס חוץ חסידים.

theחדשות » 13/1/2011 03:10

ווער האט געמאכט דאס בילד אויב נישט זיינע אייגענע גבאים וועלכע דו טענה'סט אז זיי זענען די אמת'ע חסידים
בלאט: 1 2