עס הערשט א קאטאסטראפע אינעם ארונישען לאגער! וואס איז? הערט און שטוינט ווי אינעם היינטיגן נידריגען דור זענען נאך דא אידן וואס עס טוט זיי באמת וויי ווען מ'טרעט אויפן שלחן ערוך בשאט נפש, און נישט סתם עס טוט זיי וויי, נאר זיי לאזן זיך הערן מיט א קול מחאה אויף אלע מיני אופנים. אלעס אז מען זאל ח"ו נישט מיינען אז כיון דשתקא רבנן שמע מינה דניחיה ליה, נאר אדרבה זיי האבן נישט קיין שום חלק דערין.
עפעס היינט אינדערפרי האב איך שוין גראד באמערקט אויף די ארונישע פנימ'ער א מיסטריעזע גערעגטקייט, כעס'יגע גרימאסן אויף זייער פנימ'ער וואס געווענליך זעט מען זיי אזוי גערעגט ביי די גרויסע פראטעסטן אין מאנהעטן בשעת די ציונים רייסן ארויס עצמות פון קדושים אדער פון שרעקליכן גזירה פון נחל חרדי, אזא שטייגער גערעגטקייט. גיי איך צו צו איינע פון די גערעגטע היינט און איך פרעג אים וואס גייט פאר? פארוואס זענט איר אלע אזוי בייז? דער דאזיגער ארוני ענטפערט מיר נישט מיט זיין מויל, נאר מיט זיין כעס'יגן פנים שאקעלט ער מיר א גרימאס אין לויפט אוועק פון מיר, און אזוי לויפענדיג שוין א בלאק אוועק געט ער שריי ארויס פון הארץ ארויס: מאנטריאל הא? יאר הא, יאר הא?
איך פרוביר צוזאמשטעלן די פאזעל פון די שווערע ווערטער קאוד וואס האט נארוואס גענידערט אויף מיר, עס קומט מיר לגמרי נישט אן גרינג ווען אינמיטען ווער איך באפאלן פון א צווייטען ארוני באגלייט מיט אן עזות דקדושה פון פנחס בן אלעזר גרייט מיך צו צושטעכן, און ער הייבט אן שרייען, טאנצן הא? אין יאר! שעמטס ענק גנבים וואס איר זענט!
איך פרוביר אים צובארוהיגן אז איך בין דא אומשולדיג ווייל איך ווייס נאך נישט פון וואס ער רעדט, ענטפערט ער מיר דו ווייסט נישט? מאנטריאל! מען טאנצט אין יאר ל"ע אן א היתר בי"ד! דאס גאנצע רבי'סטעווע איז ער שוין מוחל אבער דאס טאנצן אין יאר דאס קען ער אין ער טאר עס נישט אראפשלינגען און ער מיט שמואל ווידער וועלן גיין דערמיט עד הסוף. מילא ר' אהרן'ס כבוד קענען זיי פארשווייגן, אבער נישט די כבוד פון די הייליגע תורה, און אוואדאי נישט די רעבעצין ע"ה'ס כבוד.
נא! פרעג איך ענק האט משיח צו וועם צו קומען?
א דריטער האט גאר געסטראשעט אז ריכטער שמידט ווייסט שוין דערפון, אין ער זעט שוין פינקליך ווער איז וואס.