קודם כל, מיר האבן א תורה הקדושה און רבנים און דיינים, וועלכע פסק'ענען אז מען טאר נישט גלייבן ח"ו קיין איין ווארט. קוק אין "דער איד" די וואך, וועסטו זעהן וויפיל רבנים שרייען פון טיפעניש פון זייער הארץ אז נאכן מברר זיין די געשיכטע קומט זיי אויס אז עס איז שקר און קיין שום איד טאר נישט ח"ו גלייבן דערין!
אבער חוץ מזה, איז נישט פאראן קיין שום באווייז אז איין ווארט פון די גאנצע מעשה איז אמת. נאר בלויז די הודאה פון די טאכטער, משומדת, זונה, וואס האט שוין עובר געווען כל החמורות שבחמורות. ביי אידן איז זי זיכער נישט באגלייבט.
אין אמעריקע קען יעדער מאכן א בלבול אויפן צווייטן פאר סיי וועלכע סיבה, מען קען סוען, מען קען קלאגן, און ברית כרותה אז מען גלייבט דעם קלעגער, איך פארשטיי נישט פונקטליך דעם גזירת סדום, אבער דאס איז דער מציאות. די קארופציע פון יוסטיץ אין אמעריקע איז טרויעריג-באקאנט פאר יעדן פון אונז, און מען דארף נישט קיין באווייזן. די אלע קאורט פעפערס זענען גוט צו פארדרייען א קאפ, מען ברענגט בעיקר ארויס נאר איין זייט פון דער געשיכטע, און דער דזשאדזש האט נישט געלאזט הרב וויינגארטן נעמען א געהעריגן לאיער (בלויז איין נארישן לאיער וואס האט אים געדריקט זיך מודה צו זיין אויף א חלק פון די קלאגעס וואס ער איז קיינמאל נישט באגאנגען). נו אודאי אז א גוי'שע דזשורי הערט אויס ווי א מיידל וויינט אקעגן איר טאטן, פארוואס זאלן זיי נישט זאגן "שולדיג"?
ס'איז בכלל אקעגן יעדע שכל, און יעדער וואס האט נאר אביסעלע דעת און איז ביים קלארן זינען זעהט איין ווי לעכערליך דער בלבול איז. חוץ מזה וואס בטבע טוט נישט א מענטש אזעלכע זאכן, איז עס אפילו נישט מעגליך. פון איין זייט א איד, דורכגעווייקט בתורה ויראה, מעמיד געווען א דור יראים ושלמים, און א הערליכע ישיבה פון אויסגעצייכענטע בחורים, און פון די צווייטע זייט א אוכלת נבילות וטריפות ומחלל יוהכ"פ און וואס נישט, שרייט באמבאסטישע מאדנע שמוציגע זאכן אויף איר טאטן. ער האט קיינמאל קיינעם נישט געטשעפעט, נאר פונקט איין איינציגע טאכטער! פארוואס פונקט זי? און זי זאגט נישט נאר איינמאל, נאר יארן לאנג וועכנטליך! און קיינער ווייסט נישט דערפון?
מ'דארף זיין א טיפש עצום צו גלייבן איר, מיט די פאררוקטע מאמע, וואס איז נעבעך שרעקליך קראנק אויף שמוץ, ווי מען קען זיך איבערצייגן אויף מערערע פלעצער אויף די אינטערנעט ווי זי רעדט צוזאם די נידריגסטע שמוציגע ווערטער וואס פאסט פאר א אויסוואורף פון כלל ישראל. איך וויל נישט דא מעתיק זיין די עדות פונעם ליזענסקער רבי'ן שליט"א, וואס ער האט זיך נעבעך אנגעליטן פון די מרשעת, און ווי זי פייניגט אירע אייגענע מענער, און זי איז חושד יעדן צווייטן אז מען וויל מיט איר זינדיגן (נעבעך.. אויך פונקט מיט איר!). איינע פון די דאקטוירים האבן געזאגט אז די פרוי (מיט איר טאכטער) האבן א קרענק פון דמיון'ען שמוץ! (ס'איז דא א צעטל ווי יענער דאקטאר באשטעטיגט דאס).
לו יהא אז אלעס איז יא אמת, איז דאך דאס מעשיות פון אזויפיל יארן צוריק, און עס איז נישט פאראן קיין שום היתר אנצוקלאגן א איד אין געריכט פאר אלטע חטאים, און אים אריינזעצן אין אזא שוידערליכע תפיסה פארן גאנצן לעבן. קיין איין דיין אדער בי"ד האט איר נישט געגעבן גערעכט, און יא, זיי האבן אלע אויך געזעהן דעם בריוו פון ר' מרדכי שטויבער, און מברר געווען אז דאס איז אויכעט כולו שקר, אלעס האט די טאכטער פארארבעט ווייל זי האט פיינט געהאט דעם טאטן. ר' מדכי שטויבער אליין שאקלט זיך היינט אפ פון דעם בריוו, און האט דערויף פולע חרטה. אבער דאס איז דאך ליידער נישט אמת! סתם א בלבול ווי אלע בלוט בלבולים פון די שונאי ישראל אין אלע דורות! אודאי האט זיך די מידיא צוגעכאפט דערצו ווי צו א געבראטנס!
דער טאטע האט זיי געגעבן מכות רצח? קיינמאל נישט! די קינדער זאגן אז כאטשיק דער טאטע איז געווען גאר א פרומער האט ער קיינמאל נישט שטארק געשלאגן, פונקט קאפוער, די מאמע האט זיי געהרג'עט און געשלאגן מיט רציחה ממש, עד זוב דם. די מאמע איז באוואוסט פאר א סאדיסטישע פרוי וואס שלאגט און האקט שטיקער פאר יעדן שטות, סיי אירע קינדער און סיי אירע מענער. אבער נישט דער טאטע. אבער אפילו יא קומט אים נאך נישט קיין תפיסה פאר דעם!
מען קען דערין מאריך זיין וואכן און חדשים, אבער איין זאך איז קלאר: די רבנים היושבים על מדין זענען אדורכגעגאנגען יעדע איינצעלהייט, און האבן זיך איבערצייגט אז עס אלעס בלאף און א ריכטיגע בלבול. גאב"ד ירושלים וואס איז דעמאלס געווען אין אנטווערפן איז געווען נאנט מיט אים, און דורכגעאקערט די פרשה, און אזוי אויך אנדערע רבנים וועלכע זענען געווען אינוואלווד די גאנצע צייט. קיינער – קיינער! – האט נישט געטראפן עפעס שלעכט מיט דעם איד!
מען טאר נישט גלייבן אן איינציג ווארט פון די אלע זאכן! און צו דיר "קל וחומר": אויב דו מאכסט סיי וועלכע איד קאלט מיט דיינע נארישע געשרייבעכצער, ביסטו עתיד ליתן את הדין, ביסט א נותן יד לפושעים, און ביסט בכלל המוסרים שבישראל וואס גיהנם כלה והם אינם כלים, און געדענק אז השי"ת זעהט דעם צער פון דעם גאון וואס זיצט אין תפיסה און מען קען קיינמאל נישט וויסן ווען עס וועט ערוועקט ווערן דעם חרון אף פונעם אייבערשטן, און ער וועט נקמה נעמען פאר זיין אומשולדיג פארגאסן בלוט!