די מעשה האט געזאלט באשמוצן כ"ק רבינו שליט"א, נאך וואס עס איז באקאנט געווארן אז דער רבי האט איינגעשפאנט א שטאב פון עסקנים, וואס האבן געארבעט חדשים לאנג צו ערלעדיגן א פארדאן פאר ר' מיכאל ביי גאווערנער פעטרעסאן, און זיי האבן דאס ב"ה ערלעדיגט, און דא שטייט בפירוש אויף די אינטערנעט אז ער גייט זיצן מינומים נאך א יאר.
די אהרונים, כדרכם, האבן נישט געקענט צו לאזן אזא זאך מחמחת כמה טעמים, איינס, ווייל רבינו שליט"א איז דער וואס האט דאס ערלעדיגט; צוויי, ווייל ס'נישטא נאך איינער אין די וועלט אויסער דעם עם הארץ מיט ארי' לייב גלאנץ וואס קענען עפעס טון פאר אידן אין תפיסה; דריי, ווייל די ראשי העסקנים אויף דעם קעיס זענען געווען זאליס.
האבן זיי נעכטן פרובירט זייער גוטן מזל און אנגעהויבן פראפאגאנדירן א חיי שעה קאמפיין אז לא דובים ולא יער, עס איז א פוסטער זאלי ספין, דער מיכאל שטרייכער וועט קיין טיר פון א תפיסה נישט זען אזוי שנעל. די רשעים די זאליס האבן געטרונקען זיין בלוט און זיי מיינען זיין טובה, דעריבער זענען זיי מפרסם אז ער האט נישט באקומען קיין פארדאן.
מיר האבן איינגענומען א שווייגעניש, אזוי ווי דער כלל איז ביי הדברים שהשתיקה יפה להם, וויסענדיג אז היינט אינדערפרי וועט אי"ה ר' מיכאל זיין פריי פון טורמע, און נישט נאר פריי נאר טאקע זיך געפונען במחיצתו פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מיר האבן געלאזט די אהרונים זיך אפפרייען מיט זייער געוואלדיגע שמחה, און יעצט קומען מיר אייך מבשר זיין די בשורה טובה: ר' מיכאל שטרייכער איז אויף דער פריי!
בילד בייגעלייגט:
ביים מסיבת לחיים היינט נאך שחרית אין זלאטשובער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 03/01/2011 20:39:05