איך פארשטיי, רבי אהרן טיט גארנישט און וואס ער טיט יא איז נאר פאר אטענשאן, ווידער משה דוד איז פשוט א בורח מן הכבוד, ער האט נישט ליב קיין פירסום, ער האט געראטעוועט מציצה בפה מיט טראגן פארן בלומבערג 2 מיליון אינטערשריפטן אן קיין שום פירסום, ער גייט אויף טעלעוויזיע און ראדיו יעדן מאנטיג און דאנערשטיג באהאלטענערהייט קיינער זאל נישט הערן און זען, ווייל ער איז א בורח מן הכבוד, ער האט רעדוצירט אינפלאציע אין אמעריקע, געווינען דעם גאלף וואר, ערלעדיקט סאדאם כוסעין, און אריין געלייגט אובאמא אין ווייסן הויז אזוי שטילערהייט אן קיין פירסום, ווייל ער האט נישט ליב קיין כבוד, און לאכטס נישט, ביז א צוויי דריי וואכן וועלן אלע גאסן אין ניו יארק זיין געקלינט אדאנק דעם נידערמאן ווייטער אן קיין שום פירסום, נאר ווייל משה דוד נידערמאן איז א נחבא אל הכלים, [בילד – נישט אפגעהיט]
אויב זעט איר אמאל א מייקרעפאן אדער א קעמערע, קיקטס אביסל ווייטער וועט איר זען דעם שטאקיקן טיפש משה דוד נידערמאן, ער רעדט איין די קעלבלעך אז ידו בכל, ער נעמט קער אויף די מלחמה אין אפגאניסטאן, ער פארהאנדעלט מיט פוטין פון רוסלאנד, אלעס וואס עס געשעט אין די וועלט איז נאר א דאנק עם, אבער אריין ברענגען דעם קאקער קאהן אקעגן רעסטלער האט ער נעבעך נישט געקענט.