קוים האבען די כת מוסרים ומלשינים אפגעאטעמט פון די בזיונות וואס מסור דוד בן פעסיל האט געהאט אין מאנסי ווען ער האט געמוזט דאווענען אין שטוב, איז געקומען די צייט פון זיין שותף לשמצה יושע יודא ברא כרעא דאבוה קיבע וויינשטאק.
מסור וויינשטאק איז געקומען אויף שבת צו זיין שוואגער הרב בארזעסקי אויף וואדבאורי גלילות קרית יואל. זיין שוואגער פירט א נייטראל ביהמ"ד ווי עס פארברענגען בידידות אלע תושבי השכונה ארונים און זאלונים צוגלייך. דארטען קען מען געפינען פארברענטע ארונים און פארברענטע זאלונים דאווענען אויף איין טיש, זיך משתתף זיין מיט די שמחות וכו', דעריבער האט דער מסור זיך געשפירט באקוועם צו קומען און נישט ערווארטעט די בזיונות וואס וועט אים באגלייטען ביים חשוב'ן שוואגער אין ביהמ"ד.
פרייטיג צונאכטס איז דורך בחסד, נאכען דאווענען האט איינער פון די מתפללים אויפגעברענגט אז שוין איבער א יאר וואס ביהמ"ד בבית רבינו איז פארשפארט און די צער השכינה אז א מקום תורה ותפלה פון איבער 30 יאר איז פארמאכט געווארען דורך אידישע רשעים איז אומבשרייבליך און צוגענדיגט אז יעצט בזמני תשובה ימי השובבים איז צו האפען אז ילמדו תועים בינה און די באטרעפענדע וועלען חרטה האבען אויף די שקאצעריי און תשובה טוהן באצייטענס. די ווערטער האבען געטראפען אין ציל און דער מסור איז ארויפגעלאפען צום שוואגער אהיים ווי נאר ער האט דערהערט די ווערטער.
שבת צופרי האט דער קביעותדיגער גבאי, הרה"ג ר' אלי' מינץ מגי"ש בקרית יואל, מודיע געווען אז אזוי ווי ער האלט נישט ביים אויסרופען א מסור, אבער ער וויל אויך נישט וויי טון דעם רב פון ביהמ"ד זאל מען נעמען א צווייטען אויסצורופען די עליות. וכן עשו, א בחור'ל איז צוגעגאנגען אויסרופען די עליות.
ביי רביעי האט מען אויסגערופען דעם מסור, ער איז ארויפגעקומען און געמאכט די ברכה, ווי נאר דער בעל קורא האט באמערקט אז מען האט אויפגערופען דעם מסור איז ער אוועקגעגאנגען פון באלעמער און מודיע געווען אז ער וועט נישט ליינען פאר דעם מסור, דער ביהמ"ד האט זיך איבערגעדרייט, מיימינים ומשמאילים ביז עס האט זיך געטראפען א בחור'ל וואס האט בר מצוה געהאט עטליכע וואכען צוריק און ער האט אפגעליינט עטליכע פסוקים פארען מסור און נאכדעם איז דער קביעותדיגער בעל קורא צוריקגעקומען ענדיגען דאס ליינען.
דער מסור האט זיך שוין גאנץ שבת נישט געפונען דאס פלאץ אז ביי סעודה שלישית איז ער געשטאנען אין קארידאר און נישט צוגעקומען צום טיש צווישען עולם נישט וויסענדיג וואס עס ווארט אויף אים.
עס איז די פרייד פון יראי השם אז די מוסרים ווערען אויסגעשפיגען פון דעם ברייטען ציבור שלומי אמוני ישראל און אפילו אין בתי מדרשים ווי זיי האבען פראטעקציע, ווי מאנסי וואס דוד'ס בן איז ראש הקהל און וואדבארי ווי מסור וויינשטאק'ס שוואגער איז רב, דאך שאפען זיי זיך בזיונות ווי נאר זיי גייען ארויס פון זייערע ד' אמות.