אין בני ברק איז א קאטאסטראפע, די טיטשערס סטרייקן, די מלמדים וויינען די מגידי שיעור סטראשען, ס'איז גרויסע צרות ביי זיי, מ'מאכט עצרת רבתי אסיפת חירום, מען
שרייט געוואלד, מען האט ניטאמאל קיין געלט צו מאכן א דינער אין בארא פארק, מ'כאפט און מאכט עצרת, מ'מאכט א ראפפעל קאמפיין פאר א נארוואס געבוירענע ארגענעזאציע 'מפעל החסד'.
ווינדערט זיך יעדער איינער וואס האט דא פלוצלינג פאסירט, וויאזוי האט דער מוסד אויסגעטריקענט אז מ'הונגערט ממש? די בטלנים פון אפיס דארט זאגן אז צוליב די רענט פון זאל וואס זיי באקומען נישט, אבער די חשבונות שטימען נישט, ווייל די הכנסה פון זאל א גאנץ יאר באטרעפט נישט קיין איין חודש געהאלט.
אונזער בעל דרשן דער עם הארץ הקדוש פארציילט דעם סוד, ער זאגט אויף זיין דרך צחות, ווי זיין רבי ר' שימעלע זשיגאן זכותו יגן עליו, א שטייגער משלב געווען תשעה באב מיט עשרה בטבת, אז תשעה באב האט זיך אנגעהויבן די צרות אין בני ברק זייט תשעה באב צאלט מען נישט קיין געהאלט. וואס האט פאסירט נאך תשעה באב אין בני ברק?
זייער פשוט, די דין תורה האט זיך אנגעהויבן תיכף נאך תשעה באב, די בני ברק'ער האבן געצווינגן אז מען מוז מאכן די זיצונגען אין ארץ ישראל, וואס דאן קאסט די דין תורה זעקס מאל אזויפיל וויפיל עס קאסט אין אמעריקע, מען באצאלט דארט בערך 300 טויזענט דאלאר א זיצונג, אויסער טיקעטס מיט דירות און האטעלן קארס א.ד.ג., וואס איז נאך 10 אלפים.
מ'ברענגט שלישים, בוררים און טוענים פון חוץ לארץ, און לכבוד דעם הונגערן די מלמדים און זייערע קינדער, און משרייט אונז הונגערן, אפשר קען איינער מסביר זיין וואס איז דער סיבה פון ארויסווארפן אידיש געלט אויף נערישקייטן און דערצייט וואס מען צאלט נישט פאר מלמדים. די טוענים און די בוררים און די שלישים יעדער וואוינט אין ניו יארק, וואס קען מען נישט פירן די זעלבע דין תורה אין ניו יארק פאר א זעקסטל דעם פרייז? און אפשר וואלט עס שוין געווען פארטיג די דין תורה.
אזאלעכע הפקר יונגען קען מען לאזן פירן א מוסד בכלל?