היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הדרכה פאר 'פריש' - וויאזוי פעלשט מען?

הדרכה פאר 'פריש' - וויאזוי פעלשט מען?

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2859463

FiveBoro » 22/12/2010 23:46

מיט אייניגע מינוטין צוריק האט 'פריש' ארויפגעלייגט דעם א"ג בריוו פון דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה, און ווי עס שיינט האט ער נישט די ריכטיגע קענטעניסן וויאזוי מען פעלשט א צעאל, דעריבער וועל איך אים פרובירן צו ווייזן וואס ער זאל טוהן בעסער ביי די קומענדיגע מאל.



[בילד – נישט אפגעהיט]



די ערטשע חלק רעסעפי האט ער שוין, דהיינו: אפטייפן א מכובד'דיגן בריוו, און ארויפלייגן א לעדעהעט, ארויספרינטן, כאפן א בילד פון די פרינט אויט, האלטן די בילדער מאכער אבסיל שיף, און נישט אריינעמען אלע עקן.

פאלגנד זענען אבער די מיסברויכן, צו פארעכטן קומענדיגע מאל:

1) דער דיין וואלט נישט געשריבן אין לי יד ורגל, ס'איז צו א ווילדע לשון סתם אזוי, ענדערש וואלט געברויכט שטיין 'אינני כרוך בענינים אלו' וכדומה.

2) אפיית מצות וואלט געברויכט זיין מיט צוויי ווי"ן.

3) בצפי' מיט איין יו"ד.

4) אנשטאט 'לאביו שליט"א', וואלט עס געצייגט מער ארגינעל ווען עס שטייט ווען 'לידי מר אביו מרן רבינו שליט"א'.

5) נקיים מיט צוויי יו"ד'ן אן קיין ווי"ו.


איך שיהי', דער יעצטיגער געלעגנהייט איז שוין פארפאטשקעט, די קומענדיגע מאל פרוביר אבער בעסער, און אגב, דו ברויכסט נישט זיין באזארגט אז דיינע ליינער וועלן דיר מער נישט גלייבן, ווייל דו ביסט דארט עקסעפטעד אלס ליגנער מער ווי אלס איש אמת. דאס זוכט מען און דאס זאלסטו צושטעלן. הצלחה.

מאטקע » 23/12/2010 00:05

ביידע בריוון זענען שקר, ר' לייביש רופט זיך נישט דומ"ץ קהל יטב לב.