טיי פארטי, איך האב מורא אז דו האסט א טעות, די קול קורא איז לכאורה ארויסגעקומען צוליב צוויי סיבות, איינס צוליב דעם וואס וואס איז נייעס האט נישט קיין שום פראבלעם צו באשרייבן דברי ניאוף און חזר'יי וואס איז באמת נישט אויסגעהאלטן צו ליינען און נאכדערצו אויב דער וועבסייט שטעלט זיך אוועק אלס חרדישע, (צום ביישפיל גיי צו
http://www.google.com/sitesearch/ און זיך אויף וואס איז נייעס סיי וועלכע נישט איידעלע ווארט און דו וועסט עס טרעפן אין איינע פון די קעפלעך, משא"כ ביי ישיבה ווארלד איז עס כמעט נישט בנמצא), שנית איז די קאמענטס וואס איז ממש געפערליך ווי געמיין עס איז... דאס וועסטו נישט טרעפן ביי קיין שום אנדערע סייט!
דאס וואס דו שרייבסט אז ישיבה ווארלד האט נישט קיין פראבלעם אריין צו ריקען א ארטיקל פאר אימיצער וואס שטייט אים אין וועג, אולי ביסטו גערעכט מיט דעם אבער נישט וועגן דעם איז די קול קורא ארויס געקומען.
איך גיי נישט דא דן זיין צו מען האט יא אריינגענערט די רבנים אדער נישט, עס קען טאקע זיין אז ס'איז אמת, און טאקע וועגן דעם האב איך געפרעגט פארוואס זעהט מען נישט קיין איין גרויסע רב/רבי זאל האבן גע'חתמ'ט (נישט אז איך מאך ח"ו אוועק די רבנים וואס האבן גע'חתמ'ט, נאר זיי רעפעזענטירן נישט קיין גרויסע קהילות בכדי דו קול קורא זאל האבן די ריכטיגע עפעקט), למעשה איז וואס איז נייעס א גרויסע פראבלעם פאר היימישע אידן וואס דארפן זיצן אויפן אינטרנעט, זיי בפנים און מכש"כ כלפי חוץ וואס עס איז ברור כשמש אז די סייט האט שוין גורם געווען גאר גרויסע חילול השם'ס...