כ'האב נישט געוואלט גארנישט שרייבן ביז איך ווייס נישט קיין קראנטע זאכן, און איך ווייס נישט ווער עס שטייט אונטער די בייזוויליגע קלאנגען וועגן עפעס א מכלומרשט'ן בריוו וכדו'.
איך קען יא שרייבן וואס ס'איז מיר ב"ה געלונגען מברר צו זיין אויף הונדערט פראצענט:
די ראשי הקהלה פון קהל יטב לב ד'סאטמאר זענען אלעמאל גרייט געווען, און זענען נאך ביז'ן היינטיגן טאג גרייט זיך צו שטעלן לדי"ת פאר א בי"ד כשר אדער בזבל"א, אויף יעדן איינציגן סכסוך וואס איז דא אין סאטמאר, אריינגערעכנט די נכסי הקהלה אין קרית יואל.
אלע אנדערע נייעס וועגן דעם ענין זענען בייזוויליגע שקרים, מסתמא געצילט צו טארפעדירן די היסטארישע געלעגנהייט וואס איז אונטערגעקומען מיט אן ערנסטע מעגליכקייט צו צווינגען די זאליס איינמאל פאר אלעמאל זיך צו שטעלן צו דין תורה.
(איך בעט דעם מנהל זאל לאזן די באזונדערע אשכול, ווייל ס'איז לענ"ד גענוג א וויכטיגע נייעס צו פארלאנגען נאך אן אשכול)

תוקן על ידי געגאנגען ב- 22/12/2010 00:49:20