די סימנים פון דעמאראליזאציע זענען ענדלאזע הוילע שימפערייען, אזוי איז אנגענומען.
ווען איינער האט נישט וואס צו פארקויפן, און ער שפורט זיך ליידיג און אויסגעשפילט, איז דאס גענוג אים צו מאכן זידן און קאכן, ובפרט ווען ער קוקט זיך צו ווי ביי יענעם - דעם וועמען ער וויל זעהן אין דער ערד - איז אלעס בסדר, און אלעס גייט אן כאילו לא היה אויפן שענסטן און גרעסטן פארנעם.
די זאלונים גייען אריין אין דעם מצב זייער אפט, לדוגמה יעדן גרעסערן יו"ט, וועט מען זעהן אויף זייער עולם די דאמאראליזירטקייט, און עס וועלן אלעמאל ארויסקומען שעורורי'ס אדער סתם אטאקעס קעגן אונז סאטמאר'ע אידן און אונזער מנהיג.
לעצטנס, האט דאס פאסירט מיט די בני יואל. עס קומט פון זיי ארויס ליטעראטור - וואס נישט יעדער ווייסט אפילו - טעגליך און וועכענטליך, א זאך וואס ברענגט אויף שלעכטע מחשבות איבער זייער מוט צושטאנד.
די גאנצע פארום פון די זאלונים איז די לעצטע וואכן אין די הענט פון די בני יואל-געשטימטע שונאים פון קר"י, ווי איר קענט זיך איבערצייגן פון א קורצע באזוך דארטן, און עס קומט דארט פאר שימפערייען פונעם ערגסטן סארט, אזוי אז אויב ווילט איר אמאל מסביר זיין פאר א פרעמדן מיט וועלכע סארט מורדים סאטמאר ספראוועט זיך, שיקט אים נאר אריין אין יענעם פארום.
די טיטלען אויפ'ן רבין גיסן זיך שוין באלד איבער, די צאל אשכולות וואס ווערן פריש געעפנט יעדן טאג וועגן רבין קען נישט געציילט ווערן מיט פינגער, גליונות ווערן ארויסגעגעבן וועכנטליך און באלד שון טעגליך, באלד מער ווי וויפיל בלעטער העצע די חולת הדת פארמאגט, און עס זעהט נישט אויס אז א בארואיגונג אינעם שטימונג איז אויפן וועג.
אלזא איז מיר אינטערסאנט צו הערן אויב איינער קען דאס פותר זיין, פארוואס אין זייער לאגער האט זיך אריינגעכאפט אזא הויכע דאזע דעמאראליזאציע און דערשלאגנקייט, מער ווי סיי ווען בעפאר.