וואס יענער שרייבט דארט אינעם שכינות'דיגן פארום:נעכטן זונטאג האט זיך דער עם הארץ ארויסגעלאזט אויף א אכט וואכעדיגע רייזע קיין פאלם ספרינגס, און זעט אויס אז אזוי ווי זומער אין ניו העמפשער האט ער דא אויך נישט מיטגענומען די בחצרות פיקטשערס איינגעשטעלטע, און די זיסע אומצענזורירטע בילדער שפעטיגן נישט צו קומען.
וואס איך האב געשריבן און איז פארמעקט געווארן:
ביזי ביזי ביזי, פארנומען פיר און צוואנציג שטונדן ארום דער זייגער, שימפן, און שעלטן, שטורמען, און קענען נישט פארגינען און נישט אויסהאלטן, טיטלן און כעס אויסברוכן...ביזי ביזי ביזי,
ער קומט
ער גייט
ער פארט
ער זאגט
ער האט
ער מאכט
ער קוקט
ער קוקט נישט
ער רעדט הויעך
ער רעדט שטיל
ער וויל נישט
ער וויל יא..................כא כא כא כא כא
ממש א יעדע מינוט פארנומען מיט ר' אהרן, עס מוז זיין עפעס...דרוקט דא....אה, יא??? עפעס דרוקט הייסט?
ממש איך ווייס נישט לאכן אדער וויינען, אבער איין זאך זייט זיכער, זיין עקזיסטענץ איז א שפיזיגע מעסער אין די רוקן ביינער פון די וואנזיניגע היפאקריטן...
רבותי!
ער וועט ווייטער קומען
ער וועט ווייטער גיין
ער וועט ווייטער פארן
ער וועט ווייטער רעדן
ער וועט ווייטער טוהן
ער וועט ווייטער מאכן
ער וועט ווייטער קוקן
ער וועט ווייטער נישט קוקן
ער וועט ווייטער רעדן הויעך
ער וועט ווייטער רעדן שטיל
ער וועט ווייטער נישט וועלן
און ער וועט ווייטער יא וועלן..................
און איר וועט ווייטער שימפן.........................!
_________________
תוקן על ידי חזקה ב- 20/12/2010 21:27:27