קרעדיט: משהל'ע
טייערער פלייוואד, זעט אויס אז דו ווייסט אפילו נישט די טייטש פון "ספין", א ספין מיינט אז יעדע מינוט טוישט זיך דער ניגון, מען ספינט רעכטס, מען ספינט לינקס, מען מאכט א יו טורן, יעדע מינוט מיט א פרישער מהלך און א פרישער געבעקס, און ווער עס ליינט דארט די 12 דפים פון תגובות, קען נישט באשולדיגן די אהרונים אין קיין ספין, דאס וואס זיי טענה'ן אויף דף 1, טענה'ן זיי אויף דף 2 און אויף דף 3 און אזוי ווייטער, קענסט מחולק זיין מיט זייערע סטעיטמענטס, קענסט דאס אנרופן חלומות, און אפילו שקרים, אדער נישט קיין ספין, ווידער די זאלי שרייבערס, זיי ספינען יעדע מינוט מיט א פרישן שקר, א פרישע מעשה און ווען מען פאקט זיי מיט א שקר, ספינט מען לינקס מיט א פרישע געבעקס,
פלייוואד, מיט שפילן גולם, און שרייבן אז נישט דו האסט געשריבן דעם ארגינעלן פאסט, דו פארופסט דיך נאר אויף וואס "מע" זאגט, אדער אויף וואס "מע" שרייבט, דאס אליין איז א ספין אויפן גרעסטן פארנעם,
לאמיר אנהייבן, ווער איז דאס דער "מע"?, און פארוואס איז דער "מע" קראנטער פון ר' אלישע האראוויץ, און פון רבי ישראל דוד הארפענעס שליט''א?, זיי זאגן און האבן מפרסם געווען אז רבי אהרן טענה'ט אז ער האט קיינעם נישט גערופן צו דין תורה און קיינער האט עם נישט גערופן, במילא דארף ער נישט אינטער שרייבן קיין שום שטרי בירורין, נאר אויב דער בית דין וועט איינזען אז ער דארף יא אינטער שרייבן, איז ער גרייט לפנים משורת הדין אינטער צו שרייבן, פעיר אינאף? יא, ביי יעדן נארמאלן מענטש, דאס איז שכל'דיג און א דבר המתקבל על הדעת, אבער נישט ביי די ספינערס, זיי זענען נישט צופרידן, וואס הייסט לפנים משורת הדין?, וואס הייסט ער וויל נישט אינטער שרייבן?, ער איז א מסרב לדין!, עכט וויל ער נישט אינטער שרייבן!, איי אפשר זאגסטו מיר, האט דיין רבי אינטער געשריבן?, האבן דיינע ראשי הקהלה אינטער געשריבן?, און בכלל, ווי זאל אינטער שרייבן, ער זאל אריין לויפן אין בית המדרש אדער גאר ביי סאסמאן בית המדרש, און אינטער שרייבן יעדן צעטיל?, ליצים וואס איר זענט!!!, איז דען שייך אינטער צו שרייבן שטרי בירורין אז ס'איז אפילו נישטא קיין בית דין?, איר ווילט דאך נישט זאגן ווער ענקער בורר איז, מיט זיין בעסטן ווילן, קען ער אפילו נישט אינטער שרייבן, אבער טענו את בעירכם, גיי טענה מיט א באנדע ספינערס.
וואס הייסט א ספינער?, א ספינער מיינט, אז ער האט א ציל, און דער מיטל צו צוקומען צו דעם ציל טוישט זיך פון מינוט צו מינוט, די אהרונים טענה'ן פון דעי וואן, מיר פארלאנגען א דין תורה, דער ניגון האט זיך קיינמאל נישט געטוישט, און עד היום איז די זעלבע טענה, לאמיר זיך שטעלן צו א בית דין כשר בישראל, און דארט קען יעדער אראפ לייגן זיינע טענות און זיינע תביעות, ויקוב הדין את ההר, און די זאליס, שרייען געוואלד, נאו וועי, מיר גייען נישט צו קיין דין תורה, און ווען מען פרעגט זיי, היתכן איר ווילט נישט גיין צו דין תורה, הייבט זיך אן א געספינעכטס, וואס זייט ספינער האט אנגעהויבן צו ספינען איז נאך אזא געספינעכטס נישט געווען, קודם, מען קען קיין גלעזעל וואסער נישט טרינקען ביי די דיינים, (איר געדענקט?)
אביסל שפעטער, , זיי זענען די נתבעים, (פלוצלינג זענען שוין יא דא תובעים ונתבעים, להיפוך פון זייער לעצטיגע געספינעכטס, ) און זיי ווילן דווקא גיין צו זייערע דיינים, איי זייערע דיינים זענען דאך א צד אין די מחלוקה און האבן שוין ברבים גענומען א שטעלונג,
האט מען ערפינדן א פרישן ספין, מען האט באשאפן א ברי' חדשה וואס הייסט "תהלוכי הקהילה", איך האב דורך געזוכט אין גאנץ חושן משפט און נישט געטראפן אזא קרייטיריע פאר א דיין, אבער גיי טענה דיך מיט ספינערס,
ווען כלל ישראל האט נישט געוואלט אנעמען זייער פרישן ספין פון תהלוכי הקהילה, שטעלט זיך אויף שאול פערלשטיין און שרייט -א פרישער ספין- "מיר דארפן נישט גיין צו דין תורה, פארוואס? ער געדענקט עפעס וואס ער האט געלערנט אין די בעלזע ישיבה אז "אין נזקקין" ער ווייסט טאקע נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, אבער ער איז זיכער אז וועגן דעם "אין נזקקין" דארף ער נישט גיין צו דין תורה, נו, די תורה וועלט האט נישט אנגענומען די לעכערליכע טענה, און מען האט שטארק געמאנט אז מען דארף זיך שטעלן לדין כהלכות גוברין יהודאין,
איז אויפגעקומען דער שאול פערלשטיין מיט א פרישן ספין, אז זיי זענען גרייט "לפנים משורת הדין" צו גיין צו דין תורה אבער דייקא צו איינעם פון די דריי בית דין'ס, און ווינדער איבער ווינדער אלע דריי בתי דינים זענען אפענע שונאים פאר די אהרונים, וואס האט ער געקלערט, ר' איציק מאנדל וואס מען האט ארויס געטראסקעט פון די ישיבה זאל פסקענען די דין תורה? אדער ר' מאטל שטיינס זון וואס מען האט ארויס געטראסקעט פון די ישיבה זאל קענען אויפריכטיג פסקענען די דין תורה? דאס איז דאך בניגוד צום שולחן ערוך חושן משפט סימן ז' הלכות הדיינים, אבער גיי טענה דיך מיט ספינערס, דער ציל איז דאך, נישט צו גיין צו דין תורה, און די תירוצים איז נאר א ספין, אויב געפעלט דיר נישט דער ספין, וועל איך אויפקומען מיט א פרישן, נאו פראבלעם, שערי הספינעטש לא ננעלו.
ביישפילן פון אייער ספיניש וועט פארזעצן אי''ה.