היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » קיט"ל מהר"א: אזהרה חמורה קעגן פאשקעווילן ווארפעריי

קיט"ל מהר"א: אזהרה חמורה קעגן פאשקעווילן ווארפעריי

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2857959

אומזיסט » 19/12/2010 02:10

קהל יטב לב (מהר"א) אין קרית יואל האט דעם פרייטיג אויפגעהאנגען צעטלעך אין זייער גרויסע שול, מיט א אזהרה חמורה געגן "די אומפאראנטווארטליכע יונגע, וואס טוען אייגענע אקציעס" און ווארפן פאשקעווילן. זיי טענה'ן, אז קהל טוט שוין וואס איז שייך צו טון מיט די עוברי עבירה. און נאר זיי האבן די רעכט זיך צו באפאסן דערמיט. 

זיי ווארענען זייער שטארק, אז זיי וועלן טון וואס זיי קענען צו ענדיגן די ערשיינונג פון ווארפן פאשקעווילן. זיי זאגן, אז זיי האבן שוין געטון פעסטע שריט עס אפצושטעלן, און זיי וועלן נישט רוען ביז זיי וועלן גענצליך אפשטעלן "די פאשקעווילן, וואס ברענגען נישט קיין שום תועלת, און מאכן אן אסאך שאדן פאר די קהילה און די שטאט".

ווער עס האט דעם קאפיע, זאל עס אריין סקענען. 

איינער ווייסט וואס איז די פשט דערפון?  עפעס זעט אויס קומט פאר א מחלוקה צווישן אביש לאקס און יאנקי שווארץ & קא., איבער ווער עס האט די עקסקלוסיווע רעכט איבער די מערכה געגן סידור קידושין. עס זעט אויס, אז אנדערש ווי פאריאר זומער, ווען זעט אויס אלע אקציעס זענען קאארדאנירט געווארן אין קהל'ס אפיס, והא ראיה זיי האבן נישט ארויסגעגעבן קיין שום צעטלעך דערקעגן, איז איצט אנשטאנען א שטרייט צווישן יאנקי סופר וואס פרובירט אמצוכאפן די פינעף הונדערט בחורים וואס זענען נאך פארבליבן אין ישיבה, און עס ווייזט אויס אז טייל עלטערן האבן זיי געסטראשעט ארויס צו נעמען די קינדער אינמיטן זמן, און יאנקי שווארץ וואס דארף האבן זיין וועידזש ווייטער געהעריג, און איז נישט מסכים מען זאל עלימינירן זיין פאסטן אין קהל.

ספרינטער » 19/12/2010 02:36

[בילד – נישט אפגעהיט]

ספרינטער » 19/12/2010 02:39

געפעלט מיר די ווערטער מען זאל נישט ווארפן ווייל... עס ברענגט זיי נישט קיין ככוד...
כא כא כא לוזערס וואס זיי זענען.

שארטקאט » 19/12/2010 03:50

ענליך נאך דרייסיג יאר וואס ער פירט אן מיט די פאשקעווילן לייגט ער כאטש אין די עפענטליכקייט א מחאה, כאטש יעדער ווייסט אז ער מיינט עס נישט אמת'דיג אבער מען זעהט אז זיין עולם איז נישט אינגאצן משוגע און זיי פארפירן גענוג אז ער מוז זיך וויסענדיג מאכן און ארויסשטעלן א אפישעל מחאה,

פאולוויניק » 19/12/2010 03:56

די אזהרה איז מסתם צוליב דעם מוסר בריוו וואס ר' אהרן האט באקומען פון זיין טאטן פרייטיג,