למעשה האט זיך אויסגעשטעלט דאס פארקערטע, דער עם הארץ איז נעבעך אריינגעפאלן אין א טיפע דעפרעסיע פון זיין פערזענליכן דורכפאל אין די מערכה קעגן סידור קידושין אין קרית יואל, האבן זיינע דאקטוירים ארויס געגעבן א באפעל אז ער מוז זיין אויף א פליגער יעדע פאר וואכן. איז קודם כל פארט מען יעצט קיין פאלם ספרינגס אויף א וויילע, דערנאך קומט מען צוריק אויף אפאר טאג צו א אייניקלס חתונה, און צוריק קיין פאלם ספרינגס. און לויט ווי די אהרונים זאגן יעצט פארט מען פון דארט גלייך ווייטער קיין רומעניע אויף כ"ט שבט צו די יארצייט. פאסט דאך אבער נישט אז דער עם הארץ זאל פארן סתם אזוי, מאכט מען שנעל א מעשה אז די חברה קדישא פון אמעריקע האט אפגעקויפט דעם בית החיים מיט נאך שטחים אין סיגעט, און וועגן דעם פארט מען. נעבעך!
קיין שטח אין וויליאמסבורג קען ער זיך נישט ערלויבן צו קויפן, ער זיצט ביי פישמאן אויף רענט. אבער סיגעט האט ער אפגעקויפט כמעט דאס גאנצע, און לכאורה וועט ער דארט ווערן שטאטס רב און וועט האבן נאך א פלאץ וואו צו פירן א מערכה מיט סידור קידושין'ס...
תוקן על ידי טאטעלע ב- 16/12/2010 20:45:26