היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הודו לה': ביהמ"ד און ביה"ח אין שטאט סיגוט אפגעקויפט!

הודו לה': ביהמ"ד און ביה"ח אין שטאט סיגוט אפגעקויפט!

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2857402

קהל_יטב_לב » 16/12/2010 20:34

דורך מרן כ"ק רבינו שליט"א ובני המשפחה, וועלכע בויען איבער דאס אוהל הקדוש.

פרטים יבואו.

rebyankel » 16/12/2010 21:11

על שמעות טובות אומר ברוך הטוב והמטוב

רבינו שליט''א גייט אינטערנעמן א הייליגע נסיעה קיין סיגוט צו די יארצייט אינאיינעם מיט די בני משפחה
צו איבערבויען אין ווידער אויפשטלען די הייליע ציון הק' פין קדושת יו''ט ז''ל אין זיין הייליגע ביהמ''ד, מקום שהתפללו רבותיה''ק
אויף די נסיעה וועלן זיך קענען באטייליגן די סאטמארע פילאנטראפען וועלכע וועלן האבען די געלגענהייט צו באשטייערן אין נעמען א חלק אין דעם הייליגען פראיעקט
ווער עס ווייסט פרטים זאל ביטע פאוסטן

רבי_יונה » 16/12/2010 21:13

ברעיקינג:

עס קומט יעצט די נייעס אז די זשיגאנער פורים קהלה קויפט אפ דעם נעבענדיגן לאט (אונטערן פלויט אין די שטאט סיגוט), און גייט דארט בויען א בית החיים...


דאס קומט נאכדעם וואס דער תימני יעקב בער מיט בן פראדעל זענען געפלויגן קיין סיגוט, און פראבירט צו באקמעפן דאס אפקויפן פון קהל לב יטב...


די רעגירונג האט געזאגט פאר די זשיגאנער א מעסעדזש וואס האט זיי שווער באטראפן:

אלעס בלייבט ביים אלטן !

יוסלע_פליט » 16/12/2010 21:13

אנטשולדיגט, איך האב נישט באמערקט אז רעב יענקל האט שוין געשריבן א רעפארט איבער די געפלאנטע נסיעה. חסדי השם אז ס'איז געלונגן פאר רבינו שליט"א און פאר די בני המשפחה מיט א אויסטערלישע סייעתא דשמיא צו ראטעווען דאס מקום מידי גוים וזרים, און אין די זעלבע צייט פון די טרויעריג בארימטע אידישע בריונים און מהרסים וועלכע האבן פראבירט אינטערצושטעלן פיסלעך פון אלע זייטן, אבער בחסדי השם אן ערפאלג!!!

תוקן על ידי יוסלע_פליט ב- 16/12/2010 21:16:37

rebyankel » 16/12/2010 21:15

כ'האב נישט באמערקט ר' יונה האט מיך אויסגעכאפט

דרך אגב,
אינזערע גיטע פריינד די זאליס, וואס פארגינען אלעס מיט זייער לב טוב פאר די ארונים - פין וועם זיי טראכטן ניטעמאל
פאררופן א גענעראל פארזאמלונג אויף א' סליחות, ווי זיי גייען אנאנסירן אז אלעס בלייבט ביים אלטען
אין אז מ'קויפט אז לאט אין סיגוט
אין די פורים בי''ד האט שוין געזאגט אז אלעס גייט זיין 'איין'ס',
אין ארץ החיים וועט אריינגיין אין די 3'טע פאזע
חסדי ד' כי לא תמנו


תוקן על ידי rebyankel ב- 16/12/2010 21:17:30

רבי_יונה » 16/12/2010 21:15

אגב, דאס איז שוין די צווייטע בית החיים אין אייראפע וואס איז אינטער'ן בעלות פון קהילתינו הקדושה.

דעם בית החיים "הישן" אין אוהעל, וואו דער ישמח משה איז נטמן געווארן.
און יעצט דעם בית החיים אין סיגוט.

rebyankel » 16/12/2010 21:21

לויטן פלאן וועט די חברה קדישא דקהל יטב לב
אהערשטעלן די בית החיים אויפן זעלבן שטייגער פין די אלטע בית החיים אין אוהעל מקום מנוחת קדשו פין הייליגען ישמח משה זי''ע
ווי די חברה קדישא האט אהערשגעשטעלט די אוהל הק' ווי עס פאסט, מיט א שיינע מקוה דערנעב,  אין א רואיג פלאץ צו דאווענען
די שטאט אוהעל איז היינט א פלאץ ווי כמעט יעדע נסיעה אין אונגערן מאכט זיכער אריינצוכאפען

זאלען די הייליגע שוכני עפר, זיין מליצי יושר פאר זייער חשוב'ע אייניקלעך אין תלמידי נכדיו אין גאנץ כלל ישראל


תוקן על ידי rebyankel ב- 16/12/2010 21:25:05

יוסלע_פליט » 16/12/2010 21:30

[כ'האב דיר שוין געווארנט, לערן זיך אויס צו שרייבן נארמאל]

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/12/2010 19:57:14

rebyankel » 17/12/2010 00:50

די פורים בי''ד האט שוין געגבן א היתר צו גיין אין קארט
די אינטערשריפטן זענען שוין דא
מ'ווארט נאך אויף די נוסח
דער פירער פין HQ ענדיגט עס צו אין וועט זיין באלד גרייט אי''ה

zadikim » 17/12/2010 05:24

דער בית החיים אין סיגעט - באשרייבונג
אויב איינער האט קראנטע זאכען איבער די גאנצע זאך קען דאס מעלדען אויף
http://www.zadikim.net/

_________________


rebyankel » 17/12/2010 06:59

די באקנטע מערכת ומש הי' רועה האט אנגעהויבן א רייכע סעריע ארטיקלען איבער די היסטאריע פון דעם מקום קדוש אינעם אוצר אפטיילונג פון דער בלאט

SatmarBum » 17/12/2010 12:26

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=22589


[בילד – נישט אפגעהיט]  
'הארונים' ניצחו: רכשו את בית המדרש בסיגט
בית החיים, בית המדרש והבית בהם גרו ונטמנו ראשי שושלת סטמאר בעיר סיגט, נגאל ונרכש • הרכישה חותמת מאבק איתנים שנמשך שנה בין שתי החצרות בחסידות הגדולה • פרסום ראשון
יהושע הכהן, בחדרי חרדים 10:38 17/12/2010
[בילד – נישט אפגעהיט]
האדמו"ר מסאטמער בבית החיים שנרכש   
 
[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]0
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

בשורה טובה: 'בית החיים', בית המדרש והבית בעיר סיגט בו גרו, התפללו ונטמנו האדמו"רים מסיגט זצ"ל, ראשי שושלת סאטמאר - האדמו"רים בעל 'ייטב לב', בנו בעל ה'קדושת יו"ט', ובנו בעל ה'עצי חיים' - נרכש אמש (ה).

המקום, שהיה שייך לאחר השואה לעירית סיגוט שבהונגריה, היה בשנים האחרונים תחת סכנת הריסה, לאחר שסוחר נדל"ן ביקש לרכוש את השטח לצורך מיזם נדל"ני. אמש (ה) נרכש כל השטח על ידי קהל 'ייטב לב' סאטמאר.

הרכישה התבצעה לאחר שנת עבודה אינטנסיבית מצד עסקנים ואישי ציבור, כולל סנטורים ואנשי קונגרס אמריקנים, שהפעילו שתי החצרות בסאטמר.

בעוד כחודש וחצי - לקראת יום היארצייט של בעל ה'קדושת יו"ט', ביום כ"ט שבט - יצא האדמו"ר מסטמאר לנסיעה מיוחדת אל העיר סיגט.

אל האדמו"ר יתלוו נגידים, כאשר מחיר הנסיעה יהיה גבוה ויוקדש כולו לצורך גיוס כספים עבור רכישת מגרשים במקום.

לגאולת המתחם והמבנים קדם מאבק איתנים בין שתי חצרות האדמו"רים, רבי אהרן ורבי זלמן לייב; בעוד אנשי רבי זלמן לייב מנסים לגייס חברי קונגרס וסנאטורים לגאול את הקרקע והמתחם, פעלו אנשי רבי אהרן גם הם, בכל הכוח, למען מטרה זו בדיוק.

גורם המעורה בפרשה אמר ל'בחדרי חרדים', כי בנסיונות לגאול את המקום הושקעו משאבים רבים על-ידי כל צד בחסידות, במטרה לזכות בהצלחה המשמעותית (והיוקרתית) של מהלך כזה.

כאמור, אנשי רבי אהרן הצליחו להשלים את הרכישה ואמש ברכו, בחיוך ניצחון גדול, על המוגמר.

_________________

zadikim » 19/12/2010 02:46

דער בית החיים אין סיגעט ?
אויב איהר האט קומענטס קענט איהר שרייבן
http://www.zadikim.net/?p=4995

_________________


מנחם_מענדל » 19/12/2010 21:55

אין ליכט פון די בעפארשטייענדע היסטארישע נסיעה פון רבינו שליט"א קיין סיגוט, האט הר"ש שמואל שלמה טעלער שליט"א אנגעהויבן א סעריע שיעוירם - ביי זיינע באקאנטע "שיעורים אין היסטאריע" מוצש"ק - איבער די היסטאריע פון אונזערע רבי'ס אין סיגוט, און איבער די סיגוטער מחלוקה.

מען קען הערן די ערשטע צוויי פון די סעריע שיעורים, אויף קול סאטמאר 212-444-9899
עקסטענשן 661,
ביי די וועכענטליכע מוצ"ש שיעורים (ווערט געזאגט אין מתיבתא).

rebyankel » 20/12/2010 00:44

מ'דארף דאנקען דעם רבוש''ע פאר די סיעתא דשמיא וואס רבינו שליט''א האט דא געהאט צו ראטעווען דעם מקום קדוש

מ'דארף דא באמערקן עטליכע פאקטן

די בית החיים מיטן הייליגען אוהל פינעם יט''ל, קדוי''ט, עצי חיים וכו' זי''ע
האט נישט מיט די גרויסען שטח וועלכע מען רופט די 'שול הויף' וואס נעמט אריין אין זיך די הייליגע ביהמ''ד פין רבותהי''ק אין מקוה, ביתם נאווה קודש אין די שטאטישע ביהמ''ד.
די חברה קדישא האט בס''ד דא אויף איין מאל ביידע אינטער זייער קאנטראל, אין ביידע שטחים וועלכע דורכגיין די נויטיגע רענאוועציעס אין תיקונים.

אין די ארבעט אויפן בית החיים איז שוין ב''ה אין פולען שוואנג אין בפרט די ארבעט אויפן אוהל הק' פין רבותיה''ק

און ביי די גרויסע נסיעה מיט רבינו שליט''א וועט מען לייגן די אבן הפנה אין אנהייבן די ארבעט ביי די קוואל מקוה פין רבותיה''ק זי''ע וואס געפינט זיך אונעם ריזיגען שול הויף, וועלכע איז א באזינדערע פראיעקט.

ווי אויך דארף באמערקט ווערן אז די גרעסטע קרעדיט פאר די דורךפאל פין די זאליס וועלכע האבען פראבירט צו שטערן די גאנצע הצלת הבית החיים אין האבען קלאר פארלאנגט אז ס'זאל אלעס בלייבן ביים אלטען
(נישט ווי זיי פארקויפן אז זיי האבען געבעטן אז ס'קומט זיך פאר זיי ענדערש, נאר זיי האבען פארלאנגט אז ס'זאל צירוקגיין אזווי ביז יעצט וואס דאס מיינט אז די ביה''ח וואלט ווייטער געווען אין א סכנה ה''י)
קומט זיך פאר נישט קיין אנדערער ווי אתרא קדישא,
וועלכע האט זיך שוין באקאנט געמאכט איבער די וועלט מיט זייער היפאקריטישע מהלכים ווען ס'קומט צו בתי חיים אין מ'קען מיט זיי נישט גארנישט אויפטוהן, זיי ווילן בלויז פראטעסטן וכו'

קליפ » 24/12/2010 18:06

The Rebuilding Of Old Siget By Satmar Chasidim

היראים » 18/1/2011 02:37

גרויס התעוררות צום מסע הקודש "בעבור אבותינו"

שטייענדיג שוין אפגערוקט בלויז צוויי וואכן פון די געהויבענע און היסטארישע נסיעה "אהיים קיין סיגוט", וואס מרן רבינו שליט"א וועט אי"ה אפרעכטן צו די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדשת יו"ט זי"ע, ווערט וואס א מאהל מער אויפגעוואכט דאס התעוררות פון תלמידי וחסידי סאטמאר צו האבן די גרויסע זכי' מיט צו האלטן אט דער הייליגע און גאהר היסטארשער נסיעה.

 

די פמליא נכבדה אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א וועלן זיך אי"ה ארויסלאזן אויפ'ן וועג "אהיים קיין סיגוט" אי"ה דינסטאג נאכט פר' תרומה – כ"ז שבט און וועלן זיך צוריקקערן בעז"ה אום זונטאג פר' תצוה – ב' אדר א', אהיימברענגענדיג א סל מלא ברכות וישועות, און האפענדיג צו ערפולן שאיפת קדשו פון מרן מרן רבינו שליט"א אהערצושטעלן דעם פראיעקט לכבוד בית אבותיו הק'.

 

אין די קומענדיגע טעג – שפאנענדיג נענטער צו די געהויבענע מסע הקודש – וועלן מיר באריכטן די פונקטליכע פרטי הנסיעה.

 

הזמן קצר! נגידים ונדיבים בעם וואס ווילן זיך אנשליסן אינעם מסע הקודש און פאר אנדערע נסיעה-דעטאלן פארבינדט אייך ווי פאלגענד:

 

 אין אמעריקע מיטן טראוול-אגענט מוה"ר יצחק בער ווירצבערגער הי"ו אויפן נומער: 718.213.4595.

 

און אין אייראפע מיט מוה"ר שמואל מרדכי פריעדמאן הי"ו אויף 07974244445

 אדער מיט מוה"ר יואל שרייבער הי"ו אויף 07813754785.

 

-בעבור אבותינו שבטחו בך-

 ♦♦♦ 

היראים » 18/1/2011 02:37

♦♦♦

♦♦♦

היראים » 18/1/2011 02:40

♦♦♦

♦♦♦

היראים » 26/1/2011 20:49

גרויס התרגשות צום היי-יעריגן מעמד הדינער מיט'ן טיטל און ציל "המשכה" 

אונטער'ן שאטן פונעם היסטארישן נסיעת הקודש לעיר האבות "סיגוט"

 

מיט גרויס התרגשות גרייט זיך דער גאנצער ציבור אנ"ש תושבי וויליאמסבורג און בארא פארק צום היי-יעריגן מעמד הדינער לטובת הישיבה ביום א' תרומה הבעל"ט, וואס טראגט דעם נאמען "מעמד המשכה לרבותינו אבותינו ודורותינו".

 

אז מ'מאכט א שטיקל סך הכל זעהט מען אז די הייליגע ישיבה צייכענט איצט אפ א צייט אפשניט פון גאנצע 62 יאר זינט די וועלט-בארימטע "ישיבה ומתיבתא תורה ויראה" איז נתייסד געווארן על אדמת אמעריקע דורכ'ן הייליגן מייסד הישיבה רבינו הקוה"ט רבן ומאורן של ישראל מרן בעל דברי יואל זי"ע, אבער ווירקליך איז די 'סאטמארער' ישיבה פיל פיל עלטער.

 

אונזער ישיבה איז א המשך צו די ישיבה וואס דער רבי בעל דברי יואל זי"ע זעלבסט האט נאך אנגעפירט מיט נאנט צו פערציג יאר אין דער אלטער היים, אנגעהויבן אין סאטמאר, שפעטער אין אורשיווא און אין קראלי, און נאך שפעטער צוריק אין סאטמאר, און עס איז א המשך צו די הייליגע 'סיגוטער ישיבה' וואס איז געפירט געווארן מדור אחר דור בקדושה של מעלה דורך רבוה"ק עצי התמרים זי"ע, וואס לא פסקה ישיבה מעל שולחנם כל הימים.

 

טאקע ביים איצטיגן מאמענט ווען מיר גרייטן זיך אלע צום היסטארישן מאמענט, מחדש צו זיין זיו אורה פונעם בית עלמין אין די שטאט סיגוט, און גלייכצייטיג צוריק צו באנייען דעם בארימטן הייליגן "הויף" אין די שטאט סיגוט, דאס ארט וואו די צדיקי בית סיגוט האבן אזויפיל יארן געפירט זייער עבודת הקודש און פון דארטן משפיע געווען תורה און קדושה פאר כלל ישראל, קומט פריש ארויף צום אויבערפלאך דעם אייגענארטיגער עבודת הקודש פון די סיגוטער גזע, וואס צוזאמען מיטן פירן די קהלה און די חסידים, האבן זיי זיך אפגעגעבן מיטן מדריך זיין די צעירי הצאן, בחורי חמד מופלגים, זייענדיג א זעלטענער מיזוג וואס מ'האט זעלטן געווען ביי צדיקים פון אנדערע גזעים.

 

שפעטער ווען דער רבי זי"ע איז אנגעקומען קיין ניו יארק, זייענדיג שבור ורצוץ פון די שרעקליכע איבערלעבענישן פון די צווייטע וועלט קריג, האט ער זיך אנגעגארגעלט מיט א כח הקדושה, און ממשיך געווען דעם כח התורה ביים גרינדן די הייליגע סאטמארער ישיבה, אלעס נאר צוליב דעם, זעענדיג אין די ישיבה הק' די "המשכה" פאר די קומענדיגע דורות עד ביאת הגואל. די ישיבה איז אלץ געשטאנען אויפ'ן סאמען העכסטן שפיץ בראש מעינותיו פון דעם צדיק הדורות, ובדרכיו איז געגאנגען ממשיך דרכו בקודש מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, וואס טראץ זייענדיג מוקף בחבילי טירדין מיט אזויפיל עניני הכלל והפרט, האט דער רבי זצ"ל אלץ געטראכט און נישט מסיח דעת געווען פון די הייליגע ישיבה.

 

וכהיום יום ווען דער מנהיג העדה גאון עוזינו  מרן רבינו שליט"א איז ווייטער ממשיך בהנהגת העדה  איז דער רבי שליט"א ווייטער מקושר צו די הייליגע ישיבה כדרכי אבוה"ק, וכאשר הוא באמנה אתו פון די לעצטע אריבער דרייסיג יאר אלס ראש הישיבה, און ווי דער רבי שליט"א דרוקט זיך כסדר אויס "די ישיבה הקדושה איז 'בתוכי ובלבבי' לפרוש ממנה אי אפשר"!

 

אזוי ארום איז די ישיבה הק' ריכטיג די "המשכה" סיי פון "רבותינו" און סיי פון "אבותינו" זייענדיג די זעלבע ישיבה וואס די סיגוטער צדיקים האבן געפירט אין סיגוט, וואס דער רבי בעל דברי יואל זי"ע האט געפירט במקומות משובותיו, וואס דער בעל ברך משה זי"ע האט געפירט אין זענטא, און וואס רבוה"ק האבן געפירט און פירן ווייטער דאהי, און די ישיבה וואו די עלטערן און אור עלטערן זענען נתחנך און נתגדל געווארן במשך די אלע יארן.

 

דערפאר הערשט איצט א זעלטענעם התרגשות ביים גאנצן ציבור צו קומען מחזק זיין די הייליגע ישיבה צו קענען ווייטער ממשיך זיין די הייליגע קייט פון הרבצת התורה, מעמיד צו זיין די צוקונפטיגע גדולי תורה, רבנים, מורי הוראה, כלי קודש, פאר אונזער אייגענע קינדער און אייניקלעך.

 

-עלינו ועל בנינו ועל דורותינו- 

 

♦♦♦ 

היראים » 26/1/2011 20:50

♦♦♦

♦♦♦

היראים » 26/1/2011 20:52



תוקן על ידי היראים ב- 26/01/2011 20:52:04

היראים » 26/1/2011 21:00

לעצטע געלגנהייט אנטייל צונעמען אין מסע הקודש "בעבור אבותינו"

אין די טעג ווען עס ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צו די גרויסארטיגע מסע הקודש "בעבור אבותינו" איז פארהאן די לעצטע געלגנהייט פאר אנ"ש צו האבן די מעגליכקייט צו נעמען א חלק אין די געהויבענע נסיעה.

 

נאכדעם וואס א גרויסער ציבור האט אויסגעדרוקט זייער השתוקקות צו קענען אנטייל נעמען אין אט דער היסטארישער נסיעה, האט דער וועד הנסיעה פראקלימירט א גורל אין יעדע לאקאלע צענטער ווי פאר 100 דאלאר למען בניית האוהל הק' אין סיגוט קען מען אריינגיין אין א גורל צו קענען מיטפארן מיט'ן רבי'ן שליט"א.

 

אין בארא פארק איז דער געווינער פונעם ערשטן גורל געווען ר' בערל מייזעלס הי"ו.

 

דער וועד הנסיעה צייגט אהן אז אזוי ווי א גרעסער צאהל מיטפארער האבן זיך געמאלדן די לעצטע פאר טעג, זענען די פלעצער באגרעניצט ואון מ'וועט נישט קענען מאכן צופיל גורלות.

 

-כל הקודם זכה-

היראים » 30/1/2011 23:53

מעמד צאתכם לשלום" וועט באגלייטן דעם רבי'ן שליט"א צו די היסטארישע נסיעה קיין סיגוט 

דער גראנדיעזער מעמד "המשכה" אנטשפרעכט צו זיין גאר א גייסטרייכער, ובפרט ווען דער מעמד ווערט קאמבאנירט צוזאמען מיט א מעמד "צאתכם לשלום" איידער דער רבי שליט"א לאזט זיך ארויס אויף די היסטארישע נסיעה "אהיים קיין סיגוט", פוקד צו זיין מקום מנוחת אבותיו הק' זי"ע, ובראשם ביים ציון המצוינית פון זקינו הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע לרגל די יומא דהילולא וואס געפאלט אויס כ"ט שבט, דאנערשטאג פרשת תרומה הבעעל"ט.

 

דער רבי שליט"א פארט אי"ה ארויס פון ניו יארק א קורצע צייט נאכן מעמד הדינער, און דער גרויסארטיגער מעמד וועט זיין קאמבאנירט מיטן גרויסן מעמד "צאתכם לשלום" לכבודו פונעם רבי'ן שליט"א ופמליותו.

 

לרגל די היסטארישע מאורע וועט א קבוצה חשוב'ע מצוייני תלמידי הישיבה זיך געזעגענען מיט'ן רבי'ן שליט"א מיט א 'קשיא' אויף די סוגיא וואס מ'לערנט יעצט אדורך אין די ישיבה, ווי עס איז דער סדר פונעם רבי'ן שליט"א, אזוי ארום אנצוהאלטן א קשר עליון דאורייתא מריחוק מקום ומקירוב הלב.

 

ביים דינער וועט מען אי"ה באריכטן איבער די בעפארשטייענדע נסיעה און פרטים פון די העפטיגע רענאוואציע ארבעט וואס איז דורכגעפירט געווארן אינעם בית עלמין אין די שטאט סיגוט, ווי אויך איבערן אפקויף פונעם שול הויף אין סיגוט א.א.וו.

 

גלייכצייטיג וועט ביים דינער זיין א געהויבענע געלעגענהייט צו קענען שרייבן "קוויטלעך" וואס דער רבי שליט"א וועט מיטנעמען מיט זיך, דאס פארצוליינען אינעם אוהל הקדוש פון זקיניו הק' זי"ע.

 

ביים מעמד וועט אויפטרעטן דער בארימטער ידען בקורות בחצרות סיגוט-סאטמאר הרה"ג פה מפיק מרגליות ר' יעקב ווייס שליט"א ר"מ פאפא, וועלכער וועט איבערגעבן פארשידענע אינטרעסאנטע היסטארישע פרטים איבער די הייליגע גזע העצי התמרים זי"ע און "מה נורא המקום הזה" פונעם אוהל הק' און די היסטארישע שוהל-הויף וכדו'.

 

דער התרגשות'דיגער מעמד וועט באגלייט ווערן דורך די בארימטע 'סאטמארער קאפעליע' וועלכע וועלן פארזינגן ניגוני התעוררות לרגל הנסיעה לקברי צדיקים.

 

נאכן גרויסן מעמד וועט דער גאנצער ציבור האבן די געלעגענהייט דורכצוגיין ביים רבי'ן שליט"א זיך צו געזעגענען איידער דער רבי שליט"א לאזט זיך ארויס אויף די נסיעה לקברי צדיקים, און מקבל צו זיין מברכת קדשו.

 

-כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך- 

♦♦♦

היראים » 30/1/2011 23:53

אנ"ש שפירן פאר א זכי' אפצוקויפן "שעות" אין דעם ריזן תורה פאבריק 2 שעה א טאג אין די ישיבה אין ראם פון "קונה עולמו בשעה" קאמפיין 

וואס א טאג נענטער צום דינער מעמד "המשכה" ומעמד " צאתכם לשלום" הערט מען מער צוריק די גוטע גריסן מבין כותלי היכלי המתיבתא, מיט וואס דער ברייטער ציבור אנ"ש ווערן נענטער באקענט, דורך די געטרייע עסקנים, וועלכע באזוכן טעגליך ביים ציבור אין בעפארברייטונג צום דינער למען החזקת הישיבות.

 

ביי די באזוכן פרעזענטירן די עסקנים פאר'ן ציבור דעם ספעציעלן "נחת פעקל" דורך וועלכן דער ציבור באקומט ארויס א קלאר בילד איבערן הלך ילך אין די היכלי הישיבות, און דעם גענויעם ציפער פון תלמידי הישיבות וועלכע גרייטן זיך אין די קומענדיגע חדשים זיך צו שטעלן צום פארהער אויף גאנצע מקצועות התורה.

 

הערענדיג דעם באריכט איבער די ישיבות הקדושות, געניסט דער ציבור פון שעות של קורת רוח, דערזעענדיג זיך מיט קלארע פאקטן ווי שטארק די ישיבות זענען געשטיגן הן בכמות והן באיכות אין די לעצטע יארן, ובפרט זינט מען האט פריש איינגעטיילט די ישיבות אויף באזונדערע אפטיילונגען, וואס דאס גיט די בעסטע מעגליכקייטן פאר יעדן תלמיד הישיבה צו שטייגן דרגות רמות, און מ'זעט ב"ה ווי די ארבעט האט אזוי גינסטיג נושא פירות געווען צו הייבן די ישיבה אויף אזא הויכע דרגה, ווען כהיום יום איז די מתיבתא הקדושה א מעכטיגע תורה פאבריק וואו עס ווערן דורכגעטוען רוב מקצועות התורה, און דערפאר שפירט זיך א שטארקע זכי' ביים ציבור צו ווערן שותפים אין אזא בית היוצר און האבן א חלק אינעם לעכטיגן עתיד עלינו ועל בנינו ועל דורותינו.

 

די הנהלת הישיבה קוקט דאס יאר שטארק ארויס אויף די ווארימע שטיצע פונעם ברייטן ציבור, ובפרט שטייענדיג אצינד בשנת העיבור ווען עס איז נאך א חודש ווען עס פארבלייבט א דעפיציט נאך אלע הכנסות וואס איז דא, וואס איז אין צוגאב צו דעם דראסטישן געהעכערטן בודזשעט פון די ישיבה, פאר וועלכן עס פארלאנגט זיך זה לעומת זה א דראסטישע העכערונג אין די נדבות פונעם ציבור.

 

בעיקר זעהט זיך אן היי-יאר א שטארקע באוועגונג ביים ציבור צו נעמען אנטייל און אפקויפן דעם מינימאלן זכות "קונה עולמו בשעה" פאר 576$ לשנה - 48$ לחודש, וואס מיט דעם קויפט אפ דער נדבן 2 שעה א טאג אין ישיבה, וואס באטרעפט ס"ה 1,400 שעה לימוד התורה, עבודה וגמ"ח פון 700 בחורי חמד כ"י. דער נדבן קען זיך אויסקלויבן וועלכע טאג מען זאל מזכיר זיין א נאמען לזכות אדער לע"נ וכדו'.

 

איבריג צו זאגן וואס ס'מיינט אפילו "איין" שעה פון א בחור אין די ישיבה, וויפיל קנינים תורה, עבודה וגמ"ח, וואס אט די איינע שעה איז דער סאמע יסוד פאר'ן גאנצן לעבן און פאר די ווייטערדיגע דורות, כש"כ ווען מ'האט א חלק אין אסאך מער שעות, וואס ווי גרויס איז דער זכות.

 

עס איז טאקע צו ערווארטן אויף ווייטער אז דער גאנצער ציבור וועט באגרייפן וואספארא גאלדענע זכי' עס ליגט אונז פאר די הענט און שפירן פאר א פליכט כאטש זיך איינצוהאנדלן די מינימאלע זכותים און אזוי ארום העלפן אויפהאלטן די ריזיגע תורה פאבריק פאר אונזער אייגענע המשכה.

 

-עשה למענך אם לא למענינו-

 ♦♦♦

 

היראים » 31/1/2011 00:05

ספעציעל דעגזינירט ארט איז צוגעגרייט פאר "קוויטל שרייבער" ביי דעם מעמד "המשכה" א' תרומה הבעל"ט 

קוויטלעך וועט מען קענען איבערגעבן גלייך נאכן מעמד לידיו פון מרן רבינו שליט"א

 

דער היי-יעריגער דינער לטובת הישיבה גדולה איז א קאמבאנאציע פון עטליכע כנסיות וואס יעדע איינע פאר זיך איז כדאי לעצמו צונויפצוברענגן א מאסיווער שטראם פון אלפי חסידי סאטמאר תושבי ברוקלין רבתי.

 

פון די הויכפונקטן אינעם יום הישיבות וועט זיין דער מעמד "צאתכם לשלום" ארויסצובאגלייטן דעם מנהיג העדה מרן רבינו שליט"א איידער דער רבי שליט"א לאזט זיך ארויס אויף די נסיעה פוקד צו זיין מקום מנוחת אבותיו הקדושים זי"ע וואס ליגן באהאלטן אינעם עיר האבות סיגוט יצ"ו, לרגל יומא דהילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע.

 

 זייענדיג בלויז געציילטע טעג איידער דער רבי שליט"א לאזט זיך ארויס אויף די נסיעה, איז דא א שטארקע אינטרעסע ביים  ציבור צו קענען איבערגעבן קוויטלעך פארן רבי'ן שליט"א, וואס דער  רבי זאל פארליינען אינעם הייליגן אוהל מקום מנוחתם פון די קדושי עליון זקיניו צדיקי בית סיגוט לדורותיהם זי"ע וועלכע האבן כל ימי חייהם גע'פועל'ט ישועות פאר אידישע קינדער, ובמותם לא נפרדו איז דער אוהל הקדוש אין סיגוט גוט באקאנט ביז צום היינטיגן טאג אלס מקום קדוש וואו אידן זענען הפלא'דיגע ענינים להוושע בכל עניניהם לטובה.

 

לכבוד דעם גרויסן מעמד וועלן די משמשים בקודש בבית כ"ק אדמו"ר שליט"א וואס שרייבן קוויטלעך, זיצן אויף א ספעציעלן ארט אינעם ראז קעסיל זאל, וואו מען וועט קענען שרייבן קוויטלעך, און נאכן גרויסן מעמד וועט זיין א ספעציעלע געלעגענהייט דורכצוגיין כבני מרון מקבל צו זיין מברכת צדיק בברכת פרידה, און דערביי איבערצוגעבן די קוויטלעך לידיו פון רבי'ן שליט"א.

 

די קוויטל שרייבער וועלן זיצן אויף זייער ארט אין זאל במשך דעם גאנצן מעמד, און עס איז ראטזאם צוצוקומען צום טישל וואס פריער, כדי צו פארמיידן לענגערע שורות.

 ♦♦♦ 

ספעציעלע "נסיעה גורל" וועט געצויגן ווערן פאר אלע משתתפים מיטן סכום פון 250$ אויפן ארט 

משתתפים וועלן אריינגיין אין גורל צו קענען מיטהאלטן נסיעה צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א

 

אין א קאמבינאציע פונעם "יום הישיבות" מיטן מעמד "צאתכם לשלום" וועט ביים גרויסארטיגן מעמד המשכה געצויגן ווערן א ספעציעלער גורל מיט וועלכע דער זוכה בגורל וועט אי"ה האבן די מעגליכקייט מיטצוהאלטן דעם מסע הקודש "בעבור אבותינו" צום עיר האבות סיגוט.

 

ווי אלע יארן ביז היינט ווערט דער גרויסארטיגער מעמד ספעציעל פאררופען כדי צו שאפן די פאנטאסטישע סכומים אין וועלכע די הנהלת הישיבה נויטיגט זיך צו קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט. ספעציעל נויטיגט זיך די הנהלת הישיבה אין גרעסערע סכומים "קעש אויפן פלאץ" וואס פעלט זיך קריטיש וויכטיג אויס פאר די טאג-טעגליכע הוצאות פון אנפירן אזעלכע מאסיווע פראיעקטן ווי די היכלי הישיבה גדולה אין קרית יואל.

 

כדי מזרז צו זיין דעם ציבור מיטצוברענגן וואס מער "קעש אויפן פלאץ" איז דאס יאר ווייטער פראקלאמירט געווארן די גרויסארטיגע קעש גורלות, ווי באזונדער באריכטעט, אבער דאס יאר איז צוגעקומען דער ספעציעלער "הויפט-געווינס" א גורל אויף א טיקעט קיין רומעניע מיטצוהאלטן דעם מסע הקודש.

 

אלע וואס וועלן זיך באשטייערן מיטן סכום פון 250$ ביים מעמד הדינער, וועלן אי"ה אריינגיין אינעם גרויסארטיגן "נסיעה גורל". דער גורל  וועט געצויגן ווערן תיכף נאכן מעמד הדינער, און דער גליקליכער זוכה בגורל וועט תיכף נאכן מעמד קענען זיך אנהייבן רישן אויף די נסיעה, זיך ארויסצולאזן אויפן וועג אינאיינעם מיט די פילע מיטרייזענדע ובראשם דער רבי שליט"א.

 ♦♦♦ 

 

השר_מקוצי » 31/1/2011 00:22

און אלע סאטמערע שולן איז די וואך געהאנגען גרויסע "אפציעלע" מודעות, אז די איינציגסטע ציל פארוואס די רבי פארט איז צוליב פאנד רעזען געלט איבער צי בויען מקום מנוחתם פון רבותינו, די זעלבע "אפציעלע" מודעה איז אויך געווען און די "דער בלאט" אריינגעשטעלט,  מיט די ווערטער אז כידוע האט די רבי אונטער גענימען די נסיעה מיט איין אויסשליסליכען ציל אריינציברענגן געלט איבער צי בויען די ביהמ"ד דארט  און סיגוט, דערפאר בעט מען אלע וואס ארענדזשירען אהין נסיעות, זאלן זיך פארבינדען מיטען וועד, און זיכער מאכן אז מען באקימט א VIP קארטעל אריינצוגיין עסן, כדי קיינער זאל ח"ו נישט שטערן דעם רבין שליט"א פון זיין אויסשליסליכען צול אריינצוברענגן געלט!!!

דערפאר איז מאדענע פארוואס תמימי לב רעדן זיך נאך איין, כאילו די רבי פארט להפקד בדבר ישעיה ורחמים
מקום אבותינו ורביתנו, מקום אבותיו, בשעת ווען די וועד מיט זייער לעדערהעט שרייבען קלאר אז די "אויסשליסליכען"
ציל פון די נסיעה איז נאר אריינצוברענגן געלט

היראים » 31/1/2011 00:35

זאג שר וואס באדערט דיך באמת?
אוי כ'האב פארגעסן עכט ביזטו אן ארוני אין דיך שטערט נאר די צעטליך.....

השר_מקוצי » 31/1/2011 00:42


 
עס באדערט מיר אז מען שרייבט אזעלכע צעטליך,סקען עס אריין ירא הקהל!!!
דו האסט דאך מ'סתם אלע אפציעלע צעטליךביי דיר,דארפסט עס ניטאמאל אריינסקענענן ,ברענג עס נאר אהער











תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 31/01/2011 00:48:18

היראים » 31/1/2011 01:59

השר_מקוצי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

 

 

עס באדערט מיר אז מען שרייבט אזעלכע צעטליך,סקען עס אריין ירא הקהל!!!
דו האסט דאך מ'סתם אלע אפציעלע צעטליךביי דיר,דארפסט עס ניטאמאל אריינסקענענן ,ברענג עס נאר אהער











תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 31/01/2011 00:48:18

 



כ'ווייס נישט אויב די שפילסט נער אדער די ביזט גאר
סיי דיין ציהל אין סיי דיינע תגובות שרייען אייןס פין די 2
דיין שפילן ארוני באשטעטיגט עס נאך מער

פארוואס פארט די רבי שליט''א אויף סיגוט אויב נישט צו מתפלל זיין על קברי אבותיו וכו'
די סיבה פארוואס ער האט דאס 'יעצט' אינטערגענומען איז בלויז צו שאפען געלט למען כבוד אבותיו והצלת הבית החיים


תוקן על ידי היראים ב- 31/01/2011 02:01:46

השר_מקוצי » 31/1/2011 02:06

בקיצור, ער פארט מתפלל זיין, אלץ מיטעל אריינצוברענגן געלט?
דאס הייסט.  אז אלמלא, ער מאכט דא דאס געלט וואלט ער נישט געפארן?

געווענליך, ווען א רבי א מנהיג אדער  מרביץ תורה, פארט אויף מקומות הקדושים, שרייבט מען נישט אז די
נסיעה איז אויסשליסליך אריינצוברענגן געלט, און דאס, און נאר דאס איז די ציל! אזוי פארשטיי איך עס

_________________

FiveBoro » 31/1/2011 03:44

שרמקוצי, וואס מאכסטו א עסק פון אזא נארישקייט? (אין אזא פאל קענסטו נישט האבן טענות אז מען זאגט דיר זאלי.)

דו פארשטייסט פארוואס די רבי פארט, מען פארט אויף מקומות הקדושים, מקום אבותינו ורבותינו, מתפלל זיין פאר זיך און פאר כלל ישראל, אויף ישועות ורפואות.

אבער דערצו איז דא א סיבה פארוואס די עסקנים האבן אראנדשירט די נסיעה אויף אזא אופן, א נגידישע נסיעה, כדי די נסיעה זאל אריינברענגען געלט צו דעקן די קאסטן פונעם היסטארישן הצלת ביה"ח.

דו וועסט קיינעם נישט טשאלענדשען מיטן כאפן דעם שרייבער ביים ווארט, אז ער האט זיך אויסגעדרוקט נישט ריכטיג. איך זעה נישט וואס דיין כוונה זאל זיין מיט אזא נארישע פירכה, ווי כאילו דא ליגט עפעס א נאסע לאלעך אויף די גאנצע זאך.

אז דו ווילסט דוקא, קענסטו פעולן מען זאל דעם שרייבער נישט באצאלן.. אבער זאג קלאר אויב איז דאס דיין כוונה...

השר_מקוצי » 31/1/2011 20:00

 
פייוובארא

איך פארשטיי זייער גוט פארוואס דער רבי פארט, און דערפאר בין איך געגאנגען נעכטן צו די המשכה מסיבה,
אנדעם וואלט איך נישט געגאנגען, נאר די פאקט אז די רבי פארט און אז מען קען מיט געבן א קוויטעל, האט מיר
געמאכט גיין, און איך בין זיכער אז עז מען גייט דארט אויספויעלן ישעות ורפאות און די רבי שליט"א איז א שליח פון
אונז אלע

אבער! פראפאגאנדע מעג געטיען ווערן דורוך ערוואקסענע מענטשן, אדער צום ווייניגסטענעס זאל עס האבן א עיני פקיחה פון  ערפארענע שרייבער,

צוויי זאכען האט געכאפט מיין אויג פון די אלע צעטליך
איינס, אז און סיגוט גייט זיין א מעין קיבוץ גלוית!
צוויי, אז דער רבי פאר אויפטרייבען געלט!

די וואס האבן געשריבען די אלע צעטליך אויפציטרייבען שטיצע, האבן צוגעגליכען די מעמד וואס גייט פארקימען
און סיגוט צו מעין קיבוץ גלוית - ווייל אלע ראשי קהלה פון בכל מקומות מושבתיהם גייען דארט זיין - אויב דאס מיינט
קיבוץ גלוית, ווייס איך שוין נישט וואס צו אינזין צו האבן ווען איך בין מתפלל יעדן טאג ביי וקבץ גליותינו, ולא נחה דעתו
פינעם שרייבער, נאר אז דאס גייט גאר זיין די הויךפונקט פינעם נסיעה, מעין קיבוץ גלוית און סיגוט, ווייל מנחם גרשון מיט אהרן וועלץ און ישעי וואלף לעוו, אינאיינעם מיט מאיר הירש וכילו וכילו אלע גייען זיין אונטער איין דאך, דערפאר
איז עס מעין קיבוץ גלוית, און יעדע סאטמערער חסיד דארף זיך שפירען געהויבן דארט צו זיין!
איך געדענק נישט, אז מען זאל שרייבען אויף א שבועות ביין רבין, ווי עס עס קומען זיך צוזאם אלע אידן בכל
מקומות מושבותיהם, אז עס איז מעין קיבות גלוית, און איך זע נישט פארוואס סיגוט איז מער קיבוץ גלוית ווי שבועות

און די צווייטע זאך בנוגע פאנדרעזען האב איך שוין געשריבען,

ממילא, יא! איך ווייס אז דער רבי פארט נישט אויפטרייבען געלט, און איך וויייס אז עס איז זייער א געהויבענע נסיעה
אבער אזא גרויסע חסידות מעג ווען האבן - לדעתי - א שטיקעל קאנטראל, אויף די פראפאגאנדע וואס גייט ארויס און
זייער נאמען, נישט אלעס דארף געטיען ווערן דורוך פעיטום בחורים

און מען ווערט נישט קיין זאלי ווען מען קריטיקירט עס, עס איז מיין רעכט אלץ מעמבער זיך אפצושייען פון ביליגע פראפאגאנדע



תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 31/01/2011 20:39:43

rebyankel » 31/1/2011 20:59

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זאג שר וואס באדערט דיך באמת?
אוי כ'האב פארגעסן עכט ביזטו אן ארוני אין דיך שטערט נאר די צעטליך.....


כ'מיין מ'זאל דעם לוזער לאזען רעדן
זאל יעדער זעהן זיין ווייטוג

ער כאפט זיך ארויף אויף די פראפאגאנדע ווייל ער האט נישט אויף וואס זיך ארויפצוכאפען נעבעך
ער זיצט נעבעך אין זיכט, (מן הסתם ווייזט ער נישט וויאזוי מ'זיכט...)
די פראפאגאנדע צו מאכען געלט איז אייביג געווען אזוי אין איז איבעראל אזוי, אפגערעדט צו ס'דא גזמאות צו נישט 
אין די ווייז ווייטער פאר'ן עולם דיין ווייטוג
כה לחי'

תוקן על ידי rebyankel ב- 31/01/2011 21:03:58

היראים » 2/2/2011 00:39

רענאוואציע'ס אין אוהל און אין ביה"ח אין די שטאט סיגוט

 

 

 

♦♦♦

 

היראים » 7/2/2011 21:04

דינער השנתי לטובת המתיבתא הק' ומעמד צאתכם לשלום

 

הרה"ח ר' שמואל שלמה טעללער שליט"א יו"ר

 

דער עולם ביים איבערגעבן נדבת לבם

 

הרה"ח ר' דוד שמואל גאלבערגער הי"ו און הרה"ח ר' מענדל בער פאוועל הי"ו חברי הנהלת המתיבתא ביים ארומגיין צווישן עולם 

 

 

 

 

דער רבי שליט"א ביי די דברות קודש

 

 

 

 

 

 

 

די משמשים בקודש ביים שרייבן די קוויטלעך

 

 

♦♦♦

פינחס_יואל » 29/1/2012 23:26

וואס איז געווארן מיטן התחדשות חצר הקודש סיגעט? שוין א לענגערע צייט נישט געהערט קיין באריכט

SatmarBum » 30/1/2012 09:42

פינחס_יואל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס איז געווארן מיטן התחדשות חצר הקודש סיגעט? שוין א לענגערע צייט נישט געהערט קיין באריכט
 

סאטמאר חסידים פארען אויפן פערד און וואגען אין שטאט סיגעט

* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="400" width="700" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*