היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קווינס-מצויינים שיסן אויס פענסטער, אלס טייל פון שטורמישע מער...

קווינס-מצויינים שיסן אויס פענסטער, אלס טייל פון שטורמישע מער...

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2857156

FiveBoro » 16/12/2010 01:37

קווינס-מצויינים שיסן אויס פענסטער, אלס טייל פון שטורמישע מערכה
די קווינס צדיקים, וועלכע גייען אן די לעצטע וואך מיט א מאסיווע טעראר קאמפיין קעגן יעדן וואס זיי פארדעכטיגן צו שטיין אונטער די פאשקעווילן אין קרית יואל - מיט וועלכע זיי קימערן זיך געוויס ניטאמאל... - סי מיט פאני קאלס די גאנצע נאכט און סיי מיט סטראשונגען, זענען נעכטן עטוואס מער צוהיצט געווארן און אויסגעשאסן די פענסטער פון די קאר פון ר' י. ש. וואס זיי טענה'ן אז ער האט געפירט די צעטלעך קיין קרית יואל.

ווי עס זעהט אויס האט ער נישט גע'מסר'ט די החורים, אויפן שטייגער ווי יואל וואלדמאן וועלכע האט זיך באליידיגט פון געשרייען פון אפאר בחורים אין קר"י אייער-נעכטן נאכט, און ער האט אריינגעגעבן א מסירה קעגן בחורים, וועלכע זענען איינגעמאלדן געווארן נעכטן אינמיטן טאג אז עס איז אריינגעגעבן געווארן קלאגעס קעגן זיי.

אלנפאלס, די פירות פון די שווערע הארעוואניע פון הרב בלומענפעלד אז די בחורים זאלן ארויסגיין פון זייער "לא איכפת לי'" סטאטוס האט זיך אויסגעארבעט, און די בחורים זענען פולקאם איינגעשפאנט אין א טעראר מערכה, לחזק ולקיים נקודתו הפנימית של רביה"ק בעל ויואל משה זכותו יגן עלינו.

אט איז א בילד פון די קאר וואס די צדיקים האבן אויסגעשאסן די פענסטער - מיט גרויס איידלקייט.

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 16/12/2010 04:31

אויף אלעם איז ר' אהרן ט''ב שילדיג אפי' אויף די טעראר פין די קווינס בחורים...

שלמהווייס » 16/12/2010 04:37

ווי קומען אן קווינס בחורים אינמיטן זמן קיין ק"י?

rebyankel » 16/12/2010 05:36

זעהסט, איך האב דעיס געפרעגט זונטאג ווען די קווינס בחוררים זענען זיך געקומען שלאגען אין 'ב''פ' ???

FiveBoro » 16/12/2010 18:36

שלמהווייס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווי קומען אן קווינס בחורים אינמיטן זמן קיין ק"י?


דאס איז געווען אין בארא פארק. (קוק אויפן בעקראונד).

rebyankel » 16/12/2010 20:06

די 'קרית יואלע' בחורים האבען שוין א אלטע היסטארי פין טעראר
די צולאזטע ראיטען אויף היוז סטריט ווי אימערצויגענע כוליגאנעס, נאכפאלגענדיג קלענערע אין קרית יואל, וואס האט זיך גענדיגט ביי 2 ארעסטן
דאס ארומלויפן גאנצע נעכט רייסען צעטליך וואס רופט צו עצרת מחאה קעגן די ציונים אין די חפירות ביי קברי ישראל ביזן אנגרופן מיט די ידים ידי עשיו (ידו כיד רבו..) איידעלע יונגעלייט וואס האבען געהאנגען די צעטליך, אין ציבראכען גלעזער אין אנדערע נכסים
דאס נאכשרייען פרויען אין רייסען שייטלען אין שב''ק וואס טראגען מיטן עירוב
אלעס זייענדיג אינטערן איינפלוס פין זייער מנהל נפתלי בלומנפעלד

דא האט נאך 2 פלעצער ווי די 'מאנרוי רוצחים' האקען אויס שויבן אינמיטן די נאכט, אין זיי האבען נאך נאכדעם זיכער געמאכט אז אויף די ווידיא קעמרעס זעהט מען גאר קווינס בחורים
בני יואל שיסט אויס פענסטער פון משה לייב וויטריאל'ס קאר
זאליס ציבראכען קאר פענסטערס פון דוד עקשטיין ביינאכט!!

יא, אלעס איז קרית יואל שילדיג.....