| apnews כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | און רבי יונה זאג מיר פארוואסזשע עפעס זאל עס מיר קרענקן, איך קוק מיר ארום פון אלע סאטמארע דיינים פון ביידע זייטן ווער אסר'ט עס און ווער איז עס מתיר, (פאר איך שרייב וויל איך דיר זאגן אז הגאון ר' געציל שליט"א איז ביי מיר גארנישט אפגעפרעגט געווארן און גארנישט קלענער געווארן און איך האלט זייער פון עם, אבער איך מוז נישט האלטן ווי עם, און נאכדערצו ווען עס איז דא פילע חולקים,) צוריק סאטמארע דיינים פון די לעצטע 30 יאר, איז דא
הגאון ריח"מ פריעדמאן - מתיר
הגאון רמ"מ טירנויער - מתיר
הגאון רש"ל וויינבערגער - מתיר
הגאון ר' געציל בערקאוויטש - אוסר
הגאון ר'ז"ל פילאפף - מתיר
און הגאון ר' ארי' ראזענפעלד - מתיר (ער איז טאקע נישט פון 30 יאר, אבער ער איז בערך די זעלבע יארגאנג ווי הגאון ר' געציל און הגאון רש"ל, און א אויסגערופענע גאון און ת"ח)
הגאון משארמאש שליט"א - מתיר (טאקע נישט קיין דיין און קהל סאטמאר, אבער אייביג געווען אנגענומען ביי סאטמארע חסידים, או אליינס א שטארקע חסיד און א נאנטע תלמידפון רביה"ק זצוק"ל)
האב איך דא א חשבון פון 7 אנגענומענע גאונים און תלמידי חכמים, און אלע זענען תלמידים און אויך שטארקע חסידים פון רביה"ק זצוק"ל און אוודאי פאלגן זיי יעדע פסק פון רביה"ק, און פון די איז דא 6 וואס איז מתיר, און איינער וואס אסר'ט, און יעדער וואס איז מתיר איז משמע פון זיינע ווערטער אז די רבי'ס פסק איז אינגאנצן נישט דא שייך, (איך גיי נישט יעצט אריינגיין און וויכוחים פארוואס ס'איז נישט שייך) או אויף די רבנים האב איך מיר אייביג געטון פארלאזן, סוי זאג מיר רבי יונה וואס זאל מיר פונקטליך קרענקן, וואס זאל מיר באדערן,
און נאך
אויב די ווילסט דאס צו צוגלייכן צו בחירות, מוזטו קודם צוגלייכן הגאון ר' געציל צו רביה"ק זצוק"ל
שטעל דיר פאר אז הגאון ר' געציל איז דער וואס זאגט אז מען טאר נישט גיין צו בחירות וואלט עס איינעם פון בעלז געקרענקט, אפילו די בעלזער וועט האלטן אז ער איז א ת"ח, אבער זיינע דיינים זאגן אז מען מעג יא, סוי זאג מיר פונקטליך רבי יונה וואס דארף מיר דא קרענקן, ביזדערווייל האסט זיך נאכנישט גט=וט מסביר געווען וואס עס דארף מיר קרענקן,
און איך בין נאכמער שטארק ווי די בעלזער, ווייל אלע דיינים וואס זענען מתיר זענען געווען מיט הגאון ר' געציל און איין חדר, און אויך זיין רבו מוהק, איז מחולק מיט עם און ער האלט קלאר אז מען מעג דארט יא חתונה האבן, און אויך הגאון הגדול קארלסבורגער רבי שליט"א איז געקומען ממש פאר די ערטשע חתונה קוקן די זאל און איבערלאזן א ברכה, און די 2 זענען געווען די אלטע סאטמארע דיינים ווען הגאון ר' געציל איז הערשט אריינגעקומען, סוי זאגמיר וועם דארף איך ענדערשט הערן,
איך האב סיי די זקנים, און סיי די רוב,
סוי נאך איינמאל רבי יונה וואס דארף מיר קרענקן, און פארוואס זאל איך מיר אנקוקן אזוי ווי די גייען צו די בחירות, אז די קוקסט מיר אזוי אן גייט מיר נישט אן, איך וויל וויסן פארוואס מיר דארף עס קרענקן?
|
|
דיין תגובה איז איין שטוק ליצנות, אין זאלי געבעקסן
וועם ווילסטו פארקויפן איבער די הערצה אין רעספעקט וואס ענק האבען פאר הגאון ר' געציל?
כ'ווייס נישט אויב אויב די ארונים האבען האלב געטוהן מיט ר' מנשה ווי ענק האבען געטוהן מיט ר' געציל, אפגערעדט פין מצער זיין בפניו
(די סיבה פארוואס ר' מנשה האט פארלוירן די רעספעקט איז ציליב די טעגליכע פאשקעווילן אין סתירות וואס ער האט נעבעך טעגליך אינטערגעשריבן אין אויף דעם קענסטו קיינעם נישט בלעימן נאר...ענקערע קארפן קעפ)
כ'רעדט יעצט נישט פין די נערישע קעציל פרעציל פאשקעווילן אדער די שמיצוגע השמצות קעגן דעם גאון בתורה
כ'רעדט פין די פאני קאללס צו דעם גאון בתורה
אדער די סטראשערייען אז מ'גייט מאכען א פראטעסט ביי זיין טאכטער'ס חתונה
אלעס צילוב די חטא פין טוהן זיין שליחות אין מכריז געווען די פסק פין רבי'ן זי''ע - אלס א פליכט וואס ער האט אויף אים ארויפגעלייגט ווען ער האט אים אליינס ממנה געווען אלס דיין אין מורא הוראה פין די שטאט
קום נישט מכחיש זיין שמש בצהרים
אין ווען די רעכנסט אויס די סאטמארע דיינים, פארוואס רעכנסטו נישט אויס ר מנשה פילאף אדער בראדער רבי אדער אלע ענקערע רבי'לעך?
ס''ה זענען געווען 4 דיינים אין קהל יטב לב איינגעשטעלט פאר תשנ''ט, ר' מנשה, ר' געציל, ר' יחזקאל ראטה, ר' חיים דוד/ר' משה פרידמאן,
(אויב ווילסטו רעדן פין רמ''מ פין מאנטריאל רעדט אויך פין רח''מ וואזנער פין לאנדאן אדער פין ר' י''ח הוראוויץ פין מאנטשעסטער וכו')
איינער שרייבט להיתר קעגן זיין אייגענע הוראה לשעבר בע''פ ובכתב (ביי די הכתרה אין ביי דרשות אין נאך),
אין איינער- 'דער וועם דער רבי זי''ע האט געשטעלט אלס פוסק אין שטאט' שרייבט לאיסור
די איבריגע האבען נישט אינטערגעשריבן 'גארנישט' אין קענסט קיין ראי' נישט ברענגן, ווייל מ'קען ברענגן ראי'ס אויף פארקערט פינקט אזוי (ר' יחזקאל ראטה האט קלאר נישט געוואלט אינטערשרייבן, אין איז שטארק באפריינדעט מיט סאטמאר, כידוע)
כ'פארשטיי אז כדי צו מאכען א מצב, מאכסטו כאילו ר' ז''ל פילאפ איז געווען א סאטמארע דיין פין אייביג, אבער להוי ידוע אז די גאנצע פורים בי''ד האט זיך געגרינדעט שוין אין טיעף די פאליטיק אין לשם די פאליטיק
אין האט טאקע נאכנישט געהאט קיין שום די''ת אין דינט נאך היינט בלויז פאר פאליטיק וואס דאס איז די רוב פין זייערע בריוון
אין די סיבה פין זייער ליצנות'דיגע אויסקוק
די ארונים קענען פינקט אזוי ברענגן, ר' שלמה זאבעל אדער ר' שלמה הערש סופר, אדער ר' לייבוש ט''ב כו'
אויב ווען די נעמסט רבנים קענען די ארונים פינקט אזוי ברענגן ר' שמואל בראך אדער ר' חיים לייב כ''ץ
אין מארגענשטערן איז אין סאטמער קיינמאל נישט געווען אנגענומען
נאך פין די צייטן ווען ער זיך ציגעשטעלט צו די מהרסים אין רעביצין'ס הויז קעגן רבינו בעל ברך משה ז''ל
אפגערעדט אז אויב ברענסטו ראזענפעלד קענען די ארונים ברענגן נאך 40 דיינים וואס זיי האבען אויפגענומען נאך תשנ''ט וואס זענען אזעלכע גאונים ווי אים.
ע''כ, פאברעציר נישט קיין פאסטען'ס אין בוי דערויף בנינים
אין נאכמער לשיטתך אז די זאלי'ס קענען שרייען, איך פאלג מיין דיין אין טייל מיך נישט איין
דאן מיט וואס פאר א היתר שיקען ענק די בחורים שרייען אויף נשים אין רייסען שייטלעך אין די וומ''ס גאסען שבת נאכמיטוג פאר די וואס טראגען מיט די עירוב ע''פ פסק פין זייערע דיינם??
די פארגלייך צו די בחירות קומט טאקע נישט אריין דא ווי די לייגסט עס אראפ
ווייל קרית יואל איז א שטאט וואס דער רבי האט געגרינדעט, אין ער האט אויפגענומען א דיין וואס זאל זיין די פוסק אין שטאט, אין אז איינער וויל נישט פאלגען דעם דיין, דארף ער פארשטענדליך זיכן א צווייט פלאץ
אבער אויף אזוופיל קומט עס יא אריין אז ווען די קוקסט אויף ציפערן, איז עס נישט קיין חידוש