סתם זיס צו באמערקן
איינער שיקט מיר יעצט די גאנצע אשכול וואס זיי האבען אפגעמעקט, ווערענדיג די גענאר אין שטאט,
ווי זיי קענען פארקויפן פאר זייער עולם די ברוקלין בריזש מיט דעטאלען, דורך זייער וועלטס בעקער מיט זיינע דאזען ניקס
כ'וועל ברענגן 3 תגובות
ברעקינג: גאווערנער פעטערסאן פארדאנט ר' מיכאל שטרייכער!
אין די מינוטן קומט די פרייליכע בשורה אז בחסדי השם האט דער ניו יארק'ער גאווערנער פעטערסאן האט געפארדאנט דעם וועלט באקאנטן זינגער ר' מיכאל שטרייכער, און וועט אי"ה אהיימקומען אין די גאר נאנטע טעג.
דער פרשה איז א לאנגע און א פארצווייגטע, דער ענדגילטיגער שינו לטובה איז אבער געקומען ווען עס האבן זיך אריינגעווארפן אין דעם קעיס כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט א צאל חשוב'ע עסקנים, און אנגעהויבן טון כל השתדלות שבעולם פאר דעם איד. עס דענקן נאך אלע דעם "פעטעציע אינטערשריפט דרייוו" וואס עס איז אפגעהאלטן געווארן פארגאנגענעם חוה"מ סוכות ובפרט ליל הושענא רבה העעל"ט בפקודת רבינו שליט"א, וואו צען טויזענט אנ"ש האבן אוטערגעשריבן א דעקרעט צום גאווערענער ער זאל באפרייען ר' מיכאל. יעצט קומט די בשורה אז די רעזולטאטן זענען ב"ה גאר גוטע, און דער גאווערנער יר"ה האט אים טאקע פריי געלאזט!
כי לך טוב להודות ולשמך נאה לזמר.
---------------------
תגובה 2:
כ'האב נישט קיין פראבלעם אז ענק נעמן קרעדיט דערפאר, זאל יעדער זעהן ווי קינדיש ענק זענן, נאר אינטערסאנט איז אז ליל און יום הו''ר האט מען צאמגענומן טויזענטער חתימות אין אלע סאטמאר ארונישע שולן
------------------
תגובה 3:
איז יעצט דא א האפענונג אז די איבעריגע יושבי חושך וצלמות וועלן אויך ארויס גיין מעבדות לחירות? איך האף אז דער רבי שליט''א וועט זיך לייגן אין די לענג און די ברייט צו העלפן פאר ר' נפתלי שלענזינגער, די דריי אחים יאקאבאוויטש, הרב ברוך מרדכי לעבאוויטש און נאך, יעצט אז מען זעט דעם כח פונעם רבין שליט''א, און די גרויסע סייעתא דשמיא וואס ער האט, איז נאר צום האפן אז ער וועט אראפ גנבענען פון זיין טייערע צייט און ארבייטן לטובת די איבעריגע אסורים,