היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » די בני סאשע אן די זאקן

די בני סאשע אן די זאקן

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2856689

zibala » 14/12/2010 18:34

אין די פרעסטיגע טבת טעג טרעף איף א קרוב מיינער (א חלה דעקל) אן די זאקן איןגאס ציילענדיג היסטעריש זיינע פיס פינגערס,.. כ'האב אלס געוויסט אז לאותו דבר איז ער נעבעך גערירט אבער אויף אזוי ווייט נעבעך, כ'נישט ג'גלייבט?

 גיב איך איהם א פרעג, יונה'לע וואס גייט פאר מידיר ביזטו ממש אינגאנצן געדעמעדשט? ער הייבט שווערליך אויף זיינע אויגן פון די בהן רגליו השמאלית, אין לייכט אויף, אה די ביסטעס? אפשר קענסטו מיר ארויס העלפען?
 זאגעך זייער גערן וואס איז די פראבלעם רבוש"ע?

זאגט ערמער, הער זיך גוט צו,

אין די אפיציעלע נייעס בלאג פון די בני סאשע סעקטע,  מעלדט מר. מחלל קידושין מיט גרויס פאטאס אז דידן נצח ס'הייסט אז ער האט געהערט פון זיינס א קרוב אז ביז ט"ו בשבט איזנישטא קיין חתונה אין בנ"י זיפ זילטש זעראו, און מען איז דן באריכות ווי שטארק דער זיג איז פאר די בני סאשע, מחלל האלט אז סיז מישאן עקאמפלישט טויט קלאפ פאר די בנ"י, שר מקוצי איז מער אויפגעקלערט ער זאגט סיז א צייטווייליגער זיג הפנים א שטיקל זיג איז דאס זיכער, וואלסח קומט פון אן אינטער טירל און שווערט ביי סאשעס טורבאן אז די פיוטשער פאר די בנ"י איז גאר גרוי שווארטץ, רעביאנקעל שרייט אז גאר אז ווער ס'צווייפלט אין די היסטארישע זיג, איז גאר א פאלשע חלה דעקל ווייל עכטע גלייבן פלעין מיט אמונה פשוטה,-  הקיצור זאגט מיר דער יונה אן די זאקן - נאכן לייענען די געווינסען פון אינזער בני סאשע סעקטע, טראכט איך מיר נישט קיין צוויי כ'טוה מיר אויס דעם קאפעלוטש און נעם זיך טאנצען חסדי ה' - בך בטחו וגומר,

אינמיטען טאנצען דערמאנט ער זיך אבער אז קומענדיגע וואך פרשת שמות האט ער גאר א חתונה אין עטרת מאיר צבי וואס ער גייט זיך נישט באטייליגן, ער שטעלט זיך אפ פון די געטענץ אטעמט שווערליך אפ, טוט זיך צוריק אן דעם יארמולקע, און פאנגט צו שוויצען, עפעס שטימט עם נישט דא, דאס איז עם ברור אז אויב מחלל מיט יענקל וואלן וכו' זאגן קלאר אז סענישטא די נעקסטע אנדעטהאלבן חודש קיין חתונה וועט קיין חתונה נישט זיין אבער דאך סגייט דאך יא זיין, ער גייט א הין און אהער מאכט די הקפות פארטראכט און פארלוירן, ליינט איבער איינמאל איון נאכאמהל די טאנעריי פון מחלל, אפשר האט ער עפעס נישט גוט פארשטאנען, אבער אוין מושיע לו, בדלית ברירה טוט ער אויס די זאקן און פאנגט אן צוציילען וויפיל וואכען ס'דא פון מאנטיג ויחי ביז ג' שמות ער צילט איינמאהל און נאכאמאל און נאכאמאהל, דער חשבון שטימט נישט סקען נישט אויסקומען עפעס אנדערטהאלבן חודש און איין וואך, , נו - פרעגט ער מיר מיט רחמנות'דיג בליקן אזאש אז מיין הארץ צוגייט פאר אים -, מ'זאגט דאך אויף ענק יודן אז איר זענט א קלוג פאלק, ביטע זיי מיר מסביר וויזאוי ביידע זאכן קענען גיין צוזאמען ס'דאך ממש א שני כתובים המכחישים זא"ז...

איך בארואיג איהם כ'זאג איהם,  יונה'לע יונה'לע זיי רואיג, טוה דיר צוריק אן די זאקן, כ'וועל דיר פותר חלום זיין בעזרת צורי וגואלי, 
 דער חשבון איז פשוט, אמת אז דינסטאג שמות גייט זיין א חתונה אין עטמ"צ, אבער ביי ענקער קאלענדער געפאלט ג' שמות געווענטליך אום חודש שבט גציילטע טעג נאך דער יום הצלה אלעף שמות, במילא איז מחלל קידושין/ יענקל/שר מקוצי/וואלןסח אלע זענען זיי גערעכט, דער יונה'לע האט אויפגעשיינט אין מיר געגעבן א שפיי אין פנים (כלומר זיך צובאדאנקען כמנהג  בני סאשע ) האסט מיר ממש געראטעוועט זאגט ער מיר מיט התרגשות, מיי פלעזיור ענטפערעך אים בשעת'ן אפווישען מיין פנים מיט די אומזיסטע טישוס וואס צורקולירן אויף די קר"י גאסן,
צום ווידערזעהן יונה'לע

נ.ב. די נעמען זענען פארשטייצעך גענדערט

_________________

שלעק » 14/12/2010 18:38

שוין יארן נישט אזוי געלאכט  זיבעלע, [בילד – נישט אפגעהיט]

apnews » 14/12/2010 18:41

Zibala

שפתים ישק

יוספ7 » 14/12/2010 18:46

לויט ווי איך ביז יעצט איז שוין טבת געווען 2 אין 1 גייט זיין נעקסטע וואך דארט האב איך געזען אז גאנטץ טבת אין חצי שבט גייט נישט זיין וואס איז די פשט טאקע פין זיי דארט אין כל הגולם כולו

סענעטאר » 14/12/2010 18:50

זיבעלע, טאמב'ס אפ! פיין ארטיקל. דער אויספיר פון למספרם איז נאך דאס שטערקסטע, און איך וועל נישט זיין שאקירט אויב ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז דאס איז באמת געווען מחללקידושן'ס חשבון מיטן שרייבן אנדערטהאלבן חודש, ווייל ער רעכנט דאך פונעם אהרונישן שטאנדפונקט.

zibala » 14/12/2010 19:00

איך מאכן א שטיקל הבהרה

דער ארטיקל איז נישט געשטעלט אפצווענדן די סאשוינישע שקרים און קראנטע פאקטן, ווייל
א) ואי אפשר לפורטם כי רבים הם, אין דעם אשכול אליין איז מלא וגדוש מיט געזויגענע סטאטיסטיקס און פראצענטען
ב) ווייל די אלע געשרייבאכצער דארט זענען נישט געזאגט געווארן פאר אונז יודן, דאס איז לויטער "ארוינאל" פאר די קעלבערנע סאשוינים, אזוי ווי אונזער בעל המעשה יונה'לע

נאר ליצנותא דע"ז פון צייט צו צייט שאדט נישט...

_________________

מלך_מלכים » 14/12/2010 19:08

זיבעלע! יו מעיד מיי דעי. 

_________________

חיי_שעה » 14/12/2010 19:09

זיבעלע, איך זיך א גוטע פעדער, ווי האסטו געקויפט דיינס? איך וויל אויך אזאנס...

zibala » 14/12/2010 19:55

א חבר מיינער אין אישי שיקט מיר א פרישע פאר ווארימע שטרימפ פאר יונה'לען[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

 



תוקן על ידי zibala ב- 14/12/2010 19:56:44




תוקן על ידי zibala ב- 14/12/2010 19:57:55

שארטקאט » 14/12/2010 23:42

ווען געפאלט טאקע דאס יאר אלף שמות? געפאלט עס עפעס אין חודש אדר אלף אדער אדר ב', איך מיין לככוד די צענטער יארצייט וואלט זיך אויסגעפעלט א רייכע באל מיט שיינע אחורי פרגוד פרעזענטאציע,

גרינטושי » 14/12/2010 23:58

שווערליך שטרימפ וכדומה איך האב שוין די ווערטער נישט געהערט צענדליגער יארען
איך מיין מען דארף מאכן א דיקשאנערי פאר וויליאמסבורגער אידיש כדי די ליינער פון אנדערע געגענטער אין קרייזען זאלען פארשטיין

שארטקאט » 15/12/2010 01:39

וועלכע קרייז למשל באלאנגסטו? וועלכע געגנט ביסטו? און וואסערע שפראך רעדט מען דארט?

apnews » 15/12/2010 18:11

געלאכט און געלאכט, און אויך געוויינט ווייל איך האב מאנכע נאנטע וואס געהערן אהין נעבאך

zibala » 16/12/2010 19:19

ווער געדענקט נאך די תגובה
ס'איז אזוי אינטערעסאנט וויאזוי די סאשע-איסטן גלייכט צו שרייבן "איך האב געהערט" אדער "א זאלי קרוב זאגט מיר"
דא האט איר נאך אן עקזעמפעל

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי zibala ב- 16/12/2010 19:19:54