היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » הכנה דרבה: שמחת בית תולדות צבי ספינקא - מעליץ ג' שמות תשע"א

הכנה דרבה: שמחת בית תולדות צבי ספינקא - מעליץ ג' שמות תשע"א

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2856661

ביתצדיקים » 14/12/2010 17:07

הכנה דרבה: שמחת בית תולדות צבי ספינקא - מעליץ ג' שמות תשע"א
 
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
 
בשמחה עילאה ובהתרגשות דקדושה גרייטן זיך תלמידי וחסידי תולדות צבי ד'ספינקא פון אומעטום זיך מיטצופרייען בשמחת רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מרן מתולדות צבי ספינקא שליט"א על ישראל הדרתו ותפארתו בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג יצ"ו און זענען איינגעהילט מיט גרויס פרייד צום בעפארשטייענדע שמחת החתונה הגדולה פונעם זוהן פון די ספינקא רבי שליט"א עב"ג בת הגה"צ ר' נפתלי הורויץ שליט"א בן כ"ק מרן אדמו"ר ממעליץ שליט"א
 
די גרויסארטיגע שמחת החתונה וועט בעז"ה געפראוועט ווערן קומענדיגן דינסטאג פ' שמות י"ד טבת הבעל"ט ברב פאר והדר במקהלות אלפי ישראל תלמידים וחסידים זקנים עם נערים אין די גיגאנטישע פראכטפולע "פרדס זאלן" פרדס צבי (פרויען) און פרדס פיגא (מענער) שע"י בניני ברכה סימא דסאטמאר אין וומס"ב
 
אייגנטליך וועט זיך שוין דער גרויסער שמחה אנהייבן די וואך שב"ק פ' ויחי שבת עלי' לתורה בחצר הקודש אין די ספינקא הויף אין וויליאמסבורג און הונדערטער חסידים זענען ערווארטעט צו קומען צו פארן מיטצוהאלטן די געהויבענע שבת בצל הקודש פונעם גרויסן מחותן דער תולדות צבי ספינקא רבי שליט"א וואס וועט געפראוועט ווערן אין גרויסן ספינקא ביהמ"ד אויף פענן סט., מוצאי שבת תיכף נאך שלש סעודת וועט פארקומען א גרויסער מסיבת פארשפיל אינעם גרויסער שאטע"ר וואס ווערט אין די טעג אויפגעשטעלט פארנט פון ספינקא'ער ביהמ"ד.
 
אין די יעצטיגע וואך צייט וואס איז פארבליבן און טיילט נאך אפ צו די גרויסע חתונה ווערט ענדגילטיג געמאכט די לעצטע הכנות און די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צו די גרויסע שמחה בבית צדיקים וואס די פילע ספינקא חסידים גרייטן זיך און קוקן ארויס און ערווארטן בחדוה עילאה מיט גרויס שפאנונג און פרייד, מיר האפן דא צומעלדן אלע דעטאלן און פרטים פון די שמחה בבית צדיקים ווי ווייט מיר זענען אינפארמירט,
 
וצדיקים ישמחו יעלזו לפני אלוקים וישישו בשמחה

ביתצדיקים » 14/12/2010 17:09

פארגעסן צוצולייגן: די נומער פון די ספינקא חתונה אינפארמאציע ליין איז 718.506.9060

נפל » 14/12/2010 17:16

וועט די חתונה זיין אזא סאקסעס ווי די פאריגע?

ביתצדיקים » 14/12/2010 17:44

בעז"ה ובסיעתא דשמיא!
 

ביתצדיקים » 14/12/2010 17:58

לויט די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגן און שווערע ארבעט וואס די חשובע ספינקא עסקנים לייגן אריין סיי מיטן איינרישן און פלאצירן די הונדערטער געסט אויף שבת באווארפען אין וויליאמסבורג און סיי מיטן צוגרייטן די גרויסע חתונה אויף פיל א גרעסערע פארנעם ווי פאריגעס מאל פארשפרעכט עס צו זיין א היסטארישע שמחה פאר חסידי תולדות צבי ספינקא.

ביתצדיקים » 14/12/2010 22:30

במשך השבעת ימי המשתה וועט פארקומען באזונדערע מסיבת שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהילת תולדות צבי ספינקא אין קרית יואל, בארא פארק און לעיקוואד, די מוצאי שבת שבע ברכות פ' שמות איז צוגעשטעלט דורך די צענטראלע קהלה פון וויליאמסבורג און עס וועט פארקומען אין ביהמ"ד הגדול אין וומס"ב.

SatmarNews » 19/12/2010 04:31

וויאזוי איז געווען די באווארפען?

סאטמאר2 » 19/12/2010 21:10

מי שלא שמע ההאטליין זו ,,,,,,,,,,,,,
איך מיין אז עס איז דער יוגסטער פון דו שפיצערס פון ק,י, איידעם פון ר משה גפן עס קוקט אויס ווי ער האט דעם שפראך, & מיט די צייט איינפאקן זיינע ברידער
קאלטס און האטס הנאה 718.506.9060 

ביתצדיקים » 20/12/2010 22:15

תלמידי וחסידי תולדות צבי ספינקא ביים פייערליכען פארשפיל מוצאי שב"ק אין גרויסן שאטער פארנט פון ספינקא ביהמ"ד אין וויליאמסבורג
[בילד – נישט אפגעהיט]

ביתצדיקים » 20/12/2010 22:19

[בילד – נישט אפגעהיט]

ביתצדיקים » 20/12/2010 22:22

[בילד – נישט אפגעהיט]

ביתצדיקים » 20/12/2010 22:24

[בילד – נישט אפגעהיט]

נפל » 20/12/2010 22:26

פארציילט מיר איינער אז די אהרוינים זענען אזוי שטארק בייז אויף ספינקא ווייל די טענט וואס ספינקא האט אהערגעשטעט און אנגעפילט איז אויפן זעלבן ארט ווי ר' אהרן'ס סוכה איז געשטאנען נאר עס איז היבש גרעסער ווי ר' אהרן'ס, דאס האט ביי די אהרוינים ארויסגעברענגט שרעקליכע בייז בליט עד כדי זיך צוריק נעמען צו זייער אלטע מיטל "מאכן א צונאמען און קאפוט, אויס, חרוב". קען איינער ארויפשטעלן בילדער פון דעם טענט?

_________________

ביתצדיקים » 20/12/2010 22:28

[בילד – נישט אפגעהיט]

ספרינטער » 20/12/2010 22:30

הערליך!!! אביש קען זיך פארשטעקן פון דעם.

ביתצדיקים » 20/12/2010 22:31

[בילד – נישט אפגעהיט]

פריש » 20/12/2010 22:39

וואס פארשטעקן ווען פארשטעקן, איך געדענק נאך די לעצטע חתונה האבן אביש'ס חברה ארויסגעגעבן בילדער כלומרשט אפצושלאגן די הערליכע בילדער פון די חתונה וואס ר' אייזיק האט געמאכט עטליכע וואכן בעפאר. דאס ליצנות האט געגרייכט די סעפערן, קיין פארענטשעס האט אביש נישט געהאט און די איינציגסטע דריי אינגעלייט וואס האבן זיך אויפגעשטעלט אויף "בענקלעך" צו מאכן כלומרשטע פארענטשעס זענען געווען צוויי פון זינען און א איידעם.

ביתצדיקים » 21/12/2010 03:55

ספרינטער טייערע! עס ווינדערט מיר זייער אויף דיין תגיבה ווי דו דערמאנסט די נאמען פון איינע פון ברידערס 'אז ער פלאצט'!
 
מרן מתולדות צבי דספינקא שליט"א אין פארגלייך מיט זיינע ברידער זענען כרחוק מזרח ממערב, וד"ל. והא ראיה ווען זיי וואלטן נישט געוועהן קיין ברידער וואלט נישט עולה על הדעת געווען פאר קיינעם אין די וועלט אז מקען קלערן זיי צו פארגלייכן איינעם צום צווייטן, אדרבה ספרינטער! שטעל דיך אפ איין מינוט און טראכט כאילו זיי זענען נישט קיין ברידערס, וואלסטו דען געשריבן די זעלבע ווערטער??!!

ביתצדיקים » 21/12/2010 04:01

ספרינטער טייערע! עס ווינדערט מיר זייער אויף דיין תגיבה ווי דו דערמאנסט די נאמען פון איינע פון ברידערס 'אז ער פלאצט'!
 
מרן מתולדות צבי דספינקא שליט"א אין פארגלייך מיט זיינע ברידער זענען כרחוק מזרח ממערב, וד"ל. והא ראיה ווען זיי וואלטן נישט געוועהן קיין ברידער וואלט נישט עולה על הדעת געווען פאר קיינעם אין די וועלט אז מקען קלערן זיי צו פארגלייכן איינעם צום צווייטן, אדרבה ספרינטער! שטעל דיך אפ איין מינוט און טראכט כאילו זיי זענען נישט קיין ברידערס, וואלסטו דען געשריבן די זעלבע ווערטער??!!

Satmar90 » 21/12/2010 07:19

MalchisSatmar: Hght'z Admo'r M'Toldes Tzvi D'Spinka today by Rabbiny Shlit'a calling him to the wedding tomorrow in Pardes Feiga. http://twitpic.com/3hyo26

ביתצדיקים » 21/12/2010 10:19

מאנטיג נאכט איז פארגעקומען די ארימע חתונה אין ספינקא ביהמ"ד אויף פענן סטריט אין וויליאמסבורג

תוקן על ידי ביתצדיקים ב- 21/12/2010 10:33:12

ביתצדיקים » 21/12/2010 10:22

ובכן צדיקים יראו וישמחו ...וחסידים ברנה יגילו!
 
היינט קומט פאר דער גרויסארטיגע שמחת החתונה בחצרות תולדות צבי ספינקא און די פראכטפולע פרדס זאלן אין וויליאמסבורג
 
פאר אלע אינפארמאציע קען מען רופן די ספעציעלע אינפאו ליין: 718.506.9060

תוקן על ידי ביתצדיקים ב- 21/12/2010 10:29:02

SatmarBum » 21/12/2010 12:18

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

ביתצדיקים » 21/12/2010 22:01

נעכטן נאכט ערב יום החתונה האט מרן מתולדות צבי דספינקא שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א בביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג איינצולאדענען צו די דערהויבענע שמחה דער סאטמארער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם ספינקא'ער רבי שליט"א ביותרת הכבוד און עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס אויף א לענגערע צייט בעניני שמחה וקידושין ועניני נישואין ביי רבותיה"ק זי"ע

סעלפאן » 22/12/2010 04:36

Any update? איינער ווייסט ווי מען האלט ביי די חתונה? א בילד?

rabeiny » 22/12/2010 22:11

אלפים רוקדים על הפארענטשעס לכבוד השמחה http://twitvid.com/NULPT

קליפ » 22/12/2010 22:41

* width="853" height="505"><*

_________________

קליפ » 22/12/2010 22:44

אייזענבאך » 22/12/2010 23:00

פשיהא!! ווי האט ער געסטאריזשט זיין עולם ווען ער איז נאך געווען אין די בעיסמענט אויף בעדפארד?

_________________

קליפ » 22/12/2010 23:44

* width="853" height="505"><*

_________________

קליפ » 22/12/2010 23:44

SatmarBum » 23/12/2010 03:15

חתונה ווידיא

http://youtu.be/1JTU4gR7eMM    -      http://youtu.be/3MO2I-KCGOI


<*


<*




תוקן על ידי SatmarBum ב- 23/12/2010 03:17:26

SatmarBum » 23/12/2010 04:50

מצוה טאנץ

http://youtu.be/UpbKHtz8ebc


<*

תוקן על ידי SatmarBum ב- 23/12/2010 04:51:48

קליפ » 26/12/2010 20:16

* width="640" height="385"><*

_________________

קליפ » 26/12/2010 20:17

rabeiny » 26/12/2010 21:45

שבע ברכות מוצאי שבת לבן אדמור מ'תולדות צבי ד'ספינקא שליטא"א, נראה מצידו האדמור רמ"'ד מבאבוב שליט"א http://twitpic.com/3jx4gp

ספרינטער » 27/12/2010 03:50

הערליך!!!
האט איינער די בילדער פון ווען הר' אביש האט חתונה געמאכט מיט 2 א האלב שטאק פארענטשעס און ווי ער קאטשקעט זיך פאר געלעכטער ווי א טיפוש ביים שבע ברכות?