דער פרשה איז א לאנגע און א פארצווייגטע, דער ענדגילטיגער שינו לטובה איז אבער געקומען ווען עס האבן זיך אריינגעווארפן אין דעם קעיס כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט א צאל חשוב'ע עסקנים, און אנגעהויבן טון כל השתדלות שבעולם פאר דעם איד. עס דענקן נאך אלע דעם "פעטעציע אינטערשריפט דרייוו" וואס עס איז אפגעהאלטן געווארן פארגאנגענעם חוה"מ סוכות ובפרט ליל הושענא רבה העעל"ט בפקודת רבינו שליט"א, וואו צען טויזענט אנ"ש האבן אוטערגעשריבן א דעקרעט צום גאווערענער ער זאל באפרייען ר' מיכאל. יעצט קומט די בשורה אז די רעזולטאטן זענען ב"ה גאר גוטע, און דער גאווערנער יר"ה האט אים טאקע פריי געלאזט!
כי לך טוב להודות ולשמך נאה לזמר.
תוקן על ידי יואל_לאנדא ב- 14/12/2010 02:47:58
