איך האב געהערט היינט פון א זאלי (א קרוב) זיך בארימען מיט די סוקסעס פון זייער בני יואלע זאל, זאגנדיג אז זיי גרייטן זיך שוין צו די נעקסטע חתונה אויף חמשה עשר בשבט!
איך ווייס נישט צו ער האט געטראכט וואס ער רעדט, אבער דאס איז זיכער אז אויב איז דאס אים א געווינס וועט ער שוין קיין פארלירער נישט זיין..
מיר שטייען יעצט אין אנהייב טבת, און די קומענדיגע חתונה גייט זיין אנדערטהאלבן חודש פון יעצט!!!
די זאל איז שוין אפן איבער א יאר, מען ארבעט אויף יעדן יחיד מיט קעסל און כלים ער זאל ברענגען דארט די חתונה און מען זאגט צוה כל מיני הבטחות ווי למשל א אומזינסטע זאל א אויסגעצאלטע מוזיק א דשאב פאר די כלה ועוד ועוד, און מען האלט ביי דעם אז עס שטייט ליידיג פון ר"ח טבת ביז ט"ו בשבט, איין און א האלב חדשים. אומגלויבליך.
דערמיט פארשטיי איך שוין אביסל די בריוו פון הרב מארגנשטערן, וואו ער וויינט "התורה חסה על ממונם של ישראל" אז די אינוועסטמענט פון די זאל איז געגאנגען לטמיון נעבעך...
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 13/12/2010 19:39:23