רעב יענקל! איך וועל דיר פרובירן איינמאל פאר אלע מאל מסביר זיין אביסל וואס דא גייט פאר, אז נישט אויף אלע טעכנישע פראבלעמען דארף מען שרייען זאלי ניק וכדו', אדער נוצען אנדערע שפרעכרייד צי פארדרייען די נושא, ווייל דו מיינסט אז עס איז א בושה פאר סאטמאר, ווען עס איז בכלל נישט,
דאס ווארד זאלי קומט בכלל נישט דא אריין, ווייל פון זייער זייט ווילן זיי נישט זען א בעסערונג אין דעם הינזיכט, מאיר הירש לאכט מיט זיי אונטערן טיש אויב דו ווייסט, מאיר הירש מיט אלע זיינע געטרייע באדיס קענסטו אייביג הערן א גוט וויצעל אויפן רבין'ס חשבון ווען קיינער הערט נישט,במילא נעם דיך נישט אזוי אן ווייל אונטערן טיש קוילערט ער זיך פון דיר אויך,
יעצט טא דע פאוינט
עס איז נישט קיין שום בושה פאר סאטמאר אין פארן רבין זאל זיין געזונט בפרט, צי קאנפראנטען א טעכנישע פראבלעם אינעם מוסד,
וואס איז יא א בושה פאר סאטמאר, איז ווען מען שפילט די בת היענה שפיל מיטן ציבור, ווען יעדער פון אונז ווייסט אז עס שטינקט, אין ביזדערווייל הינגערן אונטער די געטרייע מלמדים, אין דער מוסד ווערט געפירט דורך א יחיד, אן דעם מידעסטע וויסן פונעם ציבור אין כל שכן דער רבי,
יעצט מיט דעם וואס דו נעמסט דיך שרייען זאלי ניק וכדו' שפילסטו זייער גוט אריין אין דעם מרחם על הארץ קאמפעני, דאס נוצען זיי כסדר ווען מען קאנטפראנט זיי, אין כל שכן ביי דו וואלן,
אין רעד דיר נישט איין מנוט אז דו האסט דא ארויסגעהאלפן סאטמאר אדער דעם רבין,
טאמיר פארשטייסטו נאך אלטץ נישט דעמאלטץ קאן איך דיר מער גארנישט העלפן אין אוואדאי נישט ענטפערן תוקן על ידי רינדעכיגער ב- 12/12/2010 07:00:56