היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » במר נפשי אבקש: 'כדי ראפעל' אויף פעיסבוק!

במר נפשי אבקש: 'כדי ראפעל' אויף פעיסבוק!

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2855456

פישער_גאבע » 10/12/2010 18:32

די אהרונים האבן אין די טעג פראקלאמירט א פרישן ראפפעל קאמפיין פאר זייער כולל אין בני ברק, בנשיאות דעם עם הארץ ובנשיאות הכבוד פונעם תלמוד חכם, שלום אליעזר. זיי מאכן א ווילד פרעמדע מארקעטינג קאמפיין, וואו זיי שרייבן ממש נאר אין קליינע ווערטער פאר וועלכע צוועק דער ראפפעל איז געווידמעט.
 
דער חידוש בדבר איז אבער דאס וואס מ'זעט ווי שטארק די אהרונים זענען ממלא רצון רבם, וואס האט געוויינט צו זיי כ"א כסליו "במר נפשי אבקש" וועגן קאמפיוטערס. און אויף א פראמינענטן ארט אין דעם עד ערשיינט א "פעיסבוק" סימבאל, מיט די ווערטער follow its kadai on Facebook. איך מיין אז מ'דארף קיינעם נישט מסביר זיין דעם שעדליכקייט פון דעם וועבזייטל, אבער ביי זיי הייליגט דאך דער ציהל די מיטלען, דעריבער מעגן זיי זיך באנוצן מיט 'פעיסבוק' טראץ וואס דער נפש פון רבין וועט שאקירט ווערן.
 
ברוך הוא אלוקינו שהבדלנו מן התועים!

פישער_גאבע » 10/12/2010 18:38

אגב, פארשטיי איך בכלל נישט דעם חשבון וואס זיי עדווערטייזן דעם ראפעל אין די היימישע געגענטער. די אהרונים וועלן דאך דאס נישט קויפן ווייל דאס געהער צו די 'מאנהעטענע קינדער' פראקציע אינערהאלב די סאטמארע געמיינדע וואס באנוצן זיך מיטן אינטערנעט און מיט פעיסבוק. די זאליס ווייטער וועלן דאך אויך נישט שטיצן א ראפעל אויסצוהאלטן דעם כולל פון די בני ברק'ער טעראריסטן און שלעגער.
 
לדעתי דארפן זיי נאר עדווערטייזן אין דעם ענגלישן המודיע, משפחה, און אפשר בעטן דער דעלי ניוז זאל דאס אויך אריינשטעלן פאר זייערטוועגן.

קרטשנףסיגט » 10/12/2010 19:02

לכאורה איז די עדווערטייזמענט אויף פעיס בוק פאר די גוים און די פרייע אויך די מאדערענע פלעטבושע. זיי מיינען נישט דעם היימישן ציבור. וואסי שלעכט?

פישער_גאבע » 10/12/2010 19:09

שוואכע שאנסן אזוי צו זאגן, ווייל אין די פרעמדע גאס האט ער א קליינע צאל אידן פון וועם ער קען נעמען כשר געלט. די פלעטבוש'ע אידן זענען דאך בעלי אוכלי קאקא בפסח און די ספרדישע זענען דאך טשאפניקעס און גייען קליינע קאפעלעך.

ספרינטער » 10/12/2010 22:13

נישט צום גלייבן ווען נישט איך זעה דאס וואלט איך נישט געגלייבט, עס איז אדווערטייזט אין די צייטונג אויף זייט 21, ווער עס קען זאל עס אריינסקענען.

אייזענבאך » 12/12/2010 01:59

די פי אר קאמפעני האט געמאכט א גיטע זשאב , ביז איך בין דא נישט אריינגעקימען האב איך נישט באמערקט אז דא רעדט מען פון א אהרונישע ראפפעל, אינטערעסאנט פארוואס ווילן זיי באהאלטן אז די ראפפעל איז פאר זייער כולל?

_________________

סעלפאן » 12/12/2010 02:02

וואס איז פעיסבוק?

ברךמשהחסיד » 12/12/2010 02:21

מיין זשעי נעט בלאקירט פעיסבוק

סעלפאן » 12/12/2010 02:30

מיר אויך. פארדעם האב איך געפרעגט.

פריינדליך » 12/12/2010 06:09

און וואס איז מיט די נ"י צו וואשינגטאן website?הא לן והא להו? דו מעגסט און איך נישט?

אייזענבאך » 12/12/2010 06:23

חחח

_________________

ספרינטער » 12/12/2010 06:49

דער ק"י עם הארץ וועט ביי די קומענדיגע געלעגענהייט מסביר זיין ווי זיין שטייגער וואס FACEBOOK איז.

מאנרא_בוי » 12/12/2010 07:40

דער מר. אהרן טייטלבוים האט טאקע אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט שוין מסביר געווען עפעס ענדליכס. דעמאלס האט ער מסביר געווען וויאזוי די "טשעט רום'ס" ארבעטן. מ'געט זיך א נאמען דזשימי וכו'. יעצט ווען עס איז ממש א צורך פארן כולל זיך צו באנוצן מיט פעיסבוק, גלייב איך אז דער אינטערנעט קאפע הויז אין מאנרא וועט דאס נישט בלאקירן.

SatmarBum » 12/12/2010 08:24

סעלפאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס איז פעיסבוק?




http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=14166

וויכטיג » 12/12/2010 18:08

סאטמארער באם, די מערכה קעגן פעיסבוק איז אין בני ברק? נו, דער אהרונישער פעיסבוק ראפעל איז אויך בני ברק, האט דאס א שייכות??

אייזענבאך » 13/12/2010 20:23

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

המהדרין » 16/12/2010 23:24

*קליפ*

אונטער די קוליסען פון די "כדי ראפעל"

* width="640" height="385"><*

_________________



קליפ » 16/12/2010 23:48

SatmarNews » 17/12/2010 01:01

עס איז מיר העכסט אינטערעסאנט פארוואס דער אפיציעלער ווארט זאגער פון די אהרונים רעביאנקל, וועלכער איז דא אויף די שמירה אז יעדער זאל רעדן אין שפאן, ח"ו נישט מעורר זיין מחשבות זרות אויף דעם עם הארץ, און אויב יענער רעדט נישט לפי דעתו הקטנה פון יאנקל ווערט ער גלייך אפגעסטעמפלט אלץ א זאלי. האט נישט געשפירט פאר וויכטיג אראפצורייסן דעם ניק וואס האט אויסגעדרוקט זיין גרויל צו די כדי ראפפעל קאמפיין, און יענעם געלאזט דורכגיין בשתיקה אן אפ'פסק'ן אז יענער איז א זאלי
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2856072&forum_id=16386

ספרינטער » 19/12/2010 02:42

נאכן זעהן ווי עס ברענגט מער בזיונות ווי געלט
[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 19/12/2010 15:55

דער פלעק וועט אבער אייביג בלייבן אז זיי זענען געוועזן די ערשטע צו ברעכן די חומת המבדיל און פארקויפט די נשמה צום שטן "כדי" צו מאכן אפאר דאלער

קליפ » 19/12/2010 23:02

וואלןסח » 20/12/2010 18:09

אפשר זענט איר מסביר דעם חילוק פון די כדי ראפעל מיט דעם?

http://jewishraffles.org/inc/sdetail/4205?jdn

סענעטאר » 20/12/2010 19:50

וואלן דו פארשטייסט טאקע נישט דעם חילוק צווישן האבן א פעיסבוק אקאנט און עדווערטייזן א פידיעף פון דעם ראפפעל אויף א אידישע וועבזייטל, אדער דו האסט סתם ליעב צו הערן ווי שטארק די אהרונים ארבעטן פאר דעם מר נפש וואס איז מבקש וועגן די אינטערנעט?

וואלןסח » 20/12/2010 22:17

איך האף איר וועט מיר אנטשולדיגן, אבער איך ווייס טאקע נישט דעם פראבלעם פון פעיסבאק, איך בין נאכנישט דארט געווען, אבער איך קען דעם נאמען פון כמעט יעדע קאמפאני אויפן נעט וואס האט אונטן צוגעצייכנט פאלאו מי אן טוויטער אדער פעיסבוק, ממילא פארשטיי איך אז דאס איז מן הסתם א וועג צו אדווערטייזן אויפן אונטערנעט, סאו מאי שנא

שארטקאט » 20/12/2010 22:24

דער חילוק איז זייער פשוט, א היימישער מוסד האט נישט געמאכט קיין צעטליך אויף די גאסן מיט אויפשריפטן מען זאל אים פאלאון אויף פעיסבוק אין טוויטער,

אויסער דעם האט דער כדאי ראפעל אייגענער וועבסייט וואס הייסט itskedie.org

פון פארקויפן א ראפעל אויף א ראפעל וועב זייטל וואס פארקויפט צענליגער אנדערע ראפעלס, הייסט נישט האבן א אייגענע אינטערנעט, און עס הייסט נישט אז מען שיקט דעם עולם קויפן דעם ראפעל אויף די כלי,

וואס דארפסטו מער אז כולל עצי חיים האט געלייגט אפישעל אנטשולדיגונג,


וואלןסח » 20/12/2010 22:33

איר זאלט מיר זייער אנטשולדיגן, קודם כל כולל עצי חיים האט נישט געהייסן מען זאל זיי פאלאוען אויף פעיסבוק, און ווען נישט דעם אשכול וואלט איך נישט געוואוסט אפילו אז זיי זענען דארט

נומער 2 זיי מסביר דיינע ווערטער

פון פארקויפן א ראפעל אויף א ראפעל וועב זייטל וואס פארקויפט צענליגער אנדערע ראפעלס, הייסט נישט האבן א אייגענע אינטערנעט, און עס הייסט נישט אז מען שיקט דעם עולם קויפן דעם ראפעל אויף די כלי,

 

קודם וואס הייסט אייגענע אינטערנעט?

נאכדעם וואס קלערסטו ווי האב איך געטראפן דעם וועב זייטל? קלערסטו כ'האב געגוגלט? איך האב עס באקומען אויף אימעיל פון JDN

און זאג נאר וואס איז מיט סאטמאר נייעס דאס איז אויך יענעם'ס וועב זייטל?

שארטקאט » 20/12/2010 22:41

איך ווייס נישט וואס סאטמאר נייעס איז,

ווען סקווירא רבי'ס שריים ווערט פארקויפט אויף איבעי, וועט קיינער נישט זאגן אז סקוויר האט א וועבזייט ווי מען פארקויפט סקויירא רבי'ס שריים, ווארום איבעי פארקויפט נאך אפאר זאכן אויסער סקווירא שריים,

די זעלבע איז מיט א וועבזייט וואס פארקויפט ראפעלס און זיי פארקויפן אויך די קרן חתנים ראפעל, עס פארקויפט אלע ראפעלס ובתוכם סאטמאר קרן חתנים,

ווידער כולל עצי חיים האט געגרינדעט א וועבזייטל ספעציעל פאר דעם כדאי ראפעל מיט בילדער פון כולל עצי חיים וכדו', און בנוסף צו דעם הענגן זיי אין אלע גאסן פון היימישע געגענטער מיט זייער וועבאדרעס און שרייבן צו פאלג מיך נאך אויף פעיסבוק און טוויטער (וואס אגב ווייס איך אויך נישט פינקט ווי דיר וואס עס איז)

rebyankel » 20/12/2010 23:24

אזוי דאס איז אויך א פרעמדער? satmarnews.wordpress.com

אגב, אין די גאנצע כדי ראפעל האט מיט כולל עצי חייםפינקט  ווי די זשאויזש ראפעל וועבסייט האט מיט קרן חתנים
נאר הא לן והא להוא

שארטקאט » 20/12/2010 23:42

סאטמארניוס ווארלדפרעס איז א יחידישע זאך וואס איז נישט קיין מוסד שטייט אונטער דעם, קיינער עדווערטייזט עס נישט אין היימישע צייטונגען און היימישע געגענטער לייט פאולס,


משא"כ די כדאי ראפעל איז אפיציעל דער שנאר אפאראט פאר כולל עצי חיים אזוי שטייט אויפן וועבסייט, עס האט אפילו בילדער פון דעם כולל,

rebyankel » 21/12/2010 00:11

וועם בלאפסטו דא
כולל עצי חיים זאגט קלאר אין יעדער קען דאס נאכקוקען אז זיי האבען גארנישט מיט דעם ראפפעל
זיי האבען עס געגבן פאר א קאמפעני אין זיי מאכען נאר די רוח
פינקט ווי זשאויש ראפעל מיט קרן חתנים, וואס קרן חתנים מאכט די רוח פין די ראפעלס וואס זיי פארקויפן אויף די אינטערנעט

אין לגבי ווארדפרעס
זיי האבען אלע ענקערע בילדער אין מודעות פין ארגינלען פארמאט
אין עס פארעטרעט מער ענקער קהילה אין מוסדות ווי די קאמפעני וואס פירט די כדי ראפעל פארטערט כולל עצי חיים
מאך זיכער אז דיינע געבעקסן זאלען מאכען סענס

KJ » 21/12/2010 02:01

געדענקט איינער די דרשה וועגן "נאר שטיצן אייגענע" און נישט ח"ו געבן א פרוטה פאר די אור אלטע צדקות ווי כולל שומרי החומות?? וועלכע צוועק איז דאס געווען, איינער געדענקט?

פון דעם קומט ארויס אזא "פעיסבאק ראפעל" מיט בילדער פון אקטיארן אויף גרויסע פלאקאטן.. מצוה גוררת מצוה, מ'שפעט אפ פון הייליגע צדקות און מ'רייסט אויס זייערע פושקעס "כדי" נאר צו שטיצן די אייגענע, איז ויצא העגל הזה.

שארטקאט » 21/12/2010 02:08

דרך אגב, ווייסט איינער ווי מ'קען קויפן דעם ראפעל אויסער אויף די אינטערנעט?

איך האב נאכנישט באגעגענט קיין איין פלאץ ווי מ'קען קויפן דעם ראפעל, קיין איין בית מדרש האב איך דאס נאכנישט באגעגענט, און איך דריי מיך אין נייטראלע בתי מדרשים,

SatmarNews » 21/12/2010 04:58

וואלן אויב דו ווייסט (באמת) נישט וואס פעיסבוק איז, וואויל איז דיין חלק, עס איז א אנדרלמוסיא ההורגת טובים ורעים עיי"ש ברש"י פר' נח, און פארדעם איז געקומען די מבול, אויף אזא זאך העלפט נישט קיין שום תירוץ

אריגינעלער » 21/12/2010 05:41

מען בלאזט אויף א גאנצע מהפיכה פון עדווערטייזמענט פון א ראפעל,
וואס איז מיט די קווינס ישיבה ראפעל וואס מען עדווערטייזט אויף עברית? פארוועם דארף מען די עיבריתישע עדס? פאר היימישע אידן, אדער כופרים ציונים ונגררים אחריהם,

שארטקאט » 21/12/2010 17:49

איך האב נישט געזעהן די עברית ראפעל, אפשר אין ארץ ישראל איז דא אן עד אויף לשון קודש אזויווי אלע מודעות זענען דארט ווי מ'קען באקומען דעם ראפעל, אבער דער ראפעל איז נישט אויף עברית אויך נישט אויף פעיס בוק און אויך נישט אויף אייגענעם וועבזייטל,

שארטקאט » 26/12/2010 03:11

כדאי ראפעל אדווערטייזט אויף וואס איז נייעס טראץ דעם איסור פון רבנים פון אלע קרייזן,

לאפלאש » 27/12/2010 18:28

שארטקאט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
כדאי ראפעל אדווערטייזט אויף וואס איז נייעס טראץ דעם איסור פון רבנים פון אלע קרייזן,

איז טאקע נישטא קיינער ביי די אהרונים וואס זאל זיך פארכטן פון א דעת תורה פון רבנים און דיינים?

וויאזוי גייט אזא זאך אדורך אזוי שטיל?

וואו זענען די ערליכע ביי די אהרונים?

SatmarBum » 27/12/2010 20:49

לאפלאש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
כדאי ראפעל אדווערטייזט אויף וואס איז נייעס טראץ דעם איסור פון רבנים פון אלע קרייזן,

איז טאקע נישטא קיינער ביי די אהרונים וואס זאל זיך פארכטן פון א דעת תורה פון רבנים און דיינים?

וויאזוי גייט אזא זאך אדורך אזוי שטיל?

וואו זענען די ערליכע ביי די אהרונים?
 


ווען א דרויסענדער טוט מארקעטינג פאר סאטמאר: כדי ראפעל

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2856072&forum_id=16386



לאפלאש » 27/12/2010 20:57


סאטמאר_באם, וואס ווילסטו זאגן מיט דעם?


תוקן על ידי לאפלאש ב- 27/12/2010 20:58:32

SatmarBum » 27/12/2010 21:02

ארונים טענהן אז כדי ראפעל קאמפעין ווערט געפירט ביי א פרעמדע אין ניצט סאטמאר נאמען
אין דאס אדווירטייזען אויף וואס איז נייעס האט גארנישט מיט זיי

_________________

סענעטאר » 24/1/2011 17:04

SatmarBum כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ארונים טענהן אז כדי ראפעל קאמפעין ווערט געפירט ביי א פרעמדע אין ניצט סאטמאר נאמען
אין דאס אדווירטייזען אויף וואס איז נייעס האט גארנישט מיט זיי

_________________


 
בערך אזוי ווי זיי טענה'ן אז דער בלאט האט גארנישט מיט זיי.

סענעטאר » 24/1/2011 17:06

אגב, ווייסט איינער וואס עס איז געווארן מיט דעם גאנצן "כדי" סקעם? דאכט זיך אז ערגעץ אין די טעג האט געזאלט זיין דער גרויסער גורל, אבער מ'הערט מער גארנישט פון זיי.

theחדשות » 25/1/2011 04:45

זיצן דא אפאר בחורלעך אויפן אינטערנעט, ברענגען נאך כסדר פון יו טיוב כזקן וכרגיל, שיקן ארום טוויטער מעסעדשעס, נישט צולאנג צוריק האבן ענק שטאלצירט אז ענק האבן מיט 1000 טוויטער פאלאווערס, משא"כ די ארונים זענען נעבעך אינטערשטעליג מיט 1000 אינטערנעט באניצער, "ענק" רעדן פון אינטערנעט????

קוק ווער ס'רעדט

מלך_מלכים » 25/1/2011 17:34

חדשות, שוין ווייטער דארף מען דיך עדשוקעטן, טוויטער קען באשטיין פון בלויז טעקסט מעסעדשעס, מען דארך בכלל נישט קיין אינטערנעט פאר דעם.