עם הארץ פירט אויס: אינטערנעט קאפע הייזער אין קרית יואל ווערן געעפענט!
נאך וואס דער עם הארץ האט פארפירט און ליארעמט איבער די שעדליכקייט פון מאנהעטן, ווייל דארט איז דא אינטערנעט, קומט יעצט די גוטע נייעס אז לאנג ערווארטעטער "מאנהעטן בילדינג" אין קרית יואל וועט זיך עפענען אירע טירען אין די גאר נאנטע טעג.
בעצם האט שוין דער עם הארץ פראקלאמירט מיט א צייט צוריק אז ער האט אין פלאן צו עפענען אזא אינטערנעט קאפע הויז אין קרית יואל, מיט צוטריט צו היידפארק פארשטייט זיך, אבער יעצט קומט די בשורה טובה אז דאס פלאץ איז שוין גרייט און וועט געעפענט ווערן אין די גאר נאנטע טעג.
איך פארשטיי באמת נישט פארוואס די וואס זיצן בממלא אויפן אינטרנט האבן טענות אויף ר׳ אהרן אז ער מאכט א אינטערנט צענטער אין קרית יואל... איז דאס סתם א וויסטע שנאה?
בדרך אגב: לדעתי וועט קומען א צייט וואס א יעדע שטאט וועט אזוינס מוזען האבן, ווייל כדי צו באצאלן בילד וועט דארפן האבן אינטערנעט און נישט יעדער וויל האבן אינטרנט אין שטוב.
חוץ מזה - אין לונדון הבירה האט זיך דאס גאנץ מיין אויסגעארבייט.