היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » יום'טוב'דיגע שטימונג ביי אנ"ש אין קרית יואל

יום'טוב'דיגע שטימונג ביי אנ"ש אין קרית יואל

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2853879

הכל_בסדר » 6/12/2010 05:36

מארגן מאנטאג וועט דער רבי ארויסקומען אויף קרית יואל,

מיטאג וועט די רבי באזוכן אין די מוסדות הק', ווי די קינדערלעך וועלן מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א מלובש בבגדי שבת אינעם נייעם פראכטפולען ביהמ"ד היכל ברך משה, בבנין הת"ת אויף לארקין ראוד,

ביינאכט בערך 8:30 וועט רבינו שליט"א אריינקומען אין גרויסן ביהמ"ד אויף גארפילד רד. צו הדלקת הנרות ווי אנ"ש אין קרית יואל וועלן האבן די זכי' מיטצוהאלטן די הנרות מיט די דברות קודש פון רבינו שליט"א.

אויך גייט זיין די חתונה פון א תלמיד ישיבתינו הק' ווי דער רבי איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין באולם עטרת מאיר צבי אין קרית יואל.

מער פרטים וועלן נאכפאלגן דא אינעם אשכול,

סענעטאר » 6/12/2010 08:01

נאכן לחיים מיט די דברות קודש, וועט פארקומען א סעדות ראש חודש, היות די הלכה פארלאנגט אז מ'זאל צינדן אויף א פלאץ וואו מ'עסט אדער מ'שלאפט וועט דער רבי דארט פירן טיש לכבוד ראש חודש און חנוכה.