היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » וועליכע קינדער האבן א פחד ביים גיין נאך געלט אין ק"י?

וועליכע קינדער האבן א פחד ביים גיין נאך געלט אין ק"י?

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2853743
בלאט: 1 2

ווער_איז » 5/12/2010 19:24

אין ווער איז גאר די עקסטרעמיסט ?


אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אביסל וועגן די פעינט בראש מיט וואס מהאט אפגעסטעמפעלט די זאליס אין די ב"י אלטץ עקטרעמיסט'ן וואלט איך גענימען נאך א זאך וואס איך האב אויף געכאפט דעם שבת ווען איך האב געהערט ווי א טאטע פארציילט וואס זיין קינד האט געהאט ווען ער האט בטעות אריין געקלאפט נאך געלט ביי אן ארוני'ס טיר.

ווי יעדער ווייסט שיקן אלע מוסדות ארום די קינדער צי גיין נאך געלט אין די ימי חנוכה וואלט איך געוואלט דא אויסשמיסען אביסל די ענין אין ק"י ווי יעדער ווייסט איז היינט צי טאג דא דריי מוסדתער אין ק"י וואס שיקן ארום זייערע קינדער נאך געלט לאמיר גיין א טריט ווייטער יעדער מענטש וויל אז ווען ער געט שוין די פאר צענט פאר צדקה אז סזאל גיין פאר די מוסדות וורס ער שיקט די קינדער אדער ווי ער האט א געפיל צי אלטץ פארטיי אדער אנדערע סיבות סאיז נאר א נארמאלע זאך אבער לאמיר גיין איין טריט ווייטער וואס געשענט ווען א אימשילדיג קינד וואס לערענט אין א חדר וואס זיין טאטע מאמע האבן עם געשיקט לערנען דארט גייט ארום פאר זיין חדר נאך געלט אין ער טרעפט צי זיין שלעכט מזל אן א הויז ווי דארט גלייכט מען נישט די חדר ווי זיין טאטע האט עם געשיקט לערנען קימט זיך עם אז מזאל אפחוזק'ן פין עם אין פראט פין אלע קינדער וואס זענען ציגעלאפן ווען מהאט אויפגעמאכט די טיר ? אין די זעלבע זאך ביים מענטש וואס מאכט אויף די טיר אין טרעפט דארט אן א קינד מיט א ביכל אדער אפישקע וואס ער געלייכט נישט וואס טיט ער דעמאלטץ? נארמאל וואלט געווען אז מזאל ח"ו נישט פארשעמען דעס אימשילדיג קינד וואס פאלגט שיין זיינע עלטערן אין גייט אין די חדר וואס זיי האבן עם געשיקט לערנען אין גייט נאכך געלט פאר זיי אין דער מענטש וואס ג'לייכט נישט יענע מוסד זאל געבען אפאר פרוטות פארן קינד ער דארף נישט געבן וויפיל ער וואלט געגבען פאר קינד פין אזא מוסד וואס סאיז לויט זיין געשמאק ער דארף נישט מורא האבן די מוסד וועט נישט רייך ווערן מיט די פאר צענט וואס ער געט פאר דעס קינד.


אבער יעצט קימט א גרויסער "אבער" אז אין ק"י וועלן נאר די קינדער פין די ארונים נישט מורא האבן ארום צי גיין נאך געלט ביי אלע הייזער אפי' דארט ווי סאיז באקענטע זאליס אין באקאנטע ב"י זיי וועלן קיינמאל נישט באקימען קיין פסק אדער א שטעך ווארט פין איינעם דארט יא זיי ועלן לוכאורה נישט באקימען קיין קוואדער אפשר נאר א דיים אבער נישט קיין בושות.
 

אבער די קינדער פין ויואל משה אין בני יואל וועלן יא זיין אויסגעשטעלט צי עכטע בזיונות אין בושות געוואדן ווי א שטארקע ארוני ער טרעפט אן צי למשל ביי די טיר פין ה. וו. שטייט יעדעס יאר א צעטיל אז די חברה זאלן אפי' זיך נישט וואגן צי קלאפן אויף די טיר (וואס בדרך אגב איז עס טאקע בעסער פארן קינד ווען ער שליגט אראפ די בישה ביי א פארמאכטע טיר נישט אין פראנט פין מענטשן) איך גיי נישט אריין די געפערליכע עבירה פינעם פארשעמן א אימשלדיג קינד פאר די שרעקליכע עבירה אז זיינע עלטרען האבן עם אריין געשיקט לערנען אין אזא חדר וואס סאיז נישט צום געשמאק פין דעם מענטש (אויב איינער וואס קען דעס טיען פאר א קינד איז בכלל בגדר מענטש
) וואס ווילסטו די רוצח פין דעס קינד וואס יעדער ווייסט איז א קינד אסאך מער סענסעטיוו צי אזאליכע זאכן געב עם א פעני א ניקל אדער גאר זאג עם די האסט נישט יעצט אבער בושות! איבערהויפט נאך פין די רוצחים די מהדרין מין המהדרין וואס טיען עס נאך אין פראנט פין די אייגענע קינדער כדי אריין צי געבען די ריכטיגע חינוך אין די קינדער דעס צי בשרייבן וועל איך לאזן פאר ערליכערע מענטשן ווי מיר אין אזוי אויך די וואס האבן א בעסערע פעדער ווי מיר.


איך וועל נאר אנריערן א אנדערע זאך נישט פארגעסן דער זאלי אדער בני יואל וואס ווארפט אריין די פאר צענט פאר UTA קינדער ער איז גאר די "עקסטרעמיסט" אין דער רוצח אין חיה רעה וואס קען נישט געבן די פאר צענט אין קען אפי' נישט זאגן פאר'ן קינד איך האב נישט יעצט צי געבן נאר ער מיז נאך צאפן אביסל בלוט פין דעס שעפעלע דער איז גאר די "נארמאלע מענטש" אין נארמאלע מענטשן זאגן עס נאך נאך אין קענען עס דא ארויף ברענגן אויפן פארום אז די זאליס מיט די ב"י זיי זענען די עקסטרעמיסטן איז די ארוני איז דער נארמאלע מענטש!!!!!




בין איך
גערעכט?



תוקן על ידי ווער_איז ב- 05/12/2010 19:40:26




תוקן על ידי ווער_איז ב- 05/12/2010 19:57:19

דער_אקס » 5/12/2010 19:47

ווער_איז סקימט דיר א מאדעל סאיז גיט [בילד – נישט אפגעהיט] נאך מער מטראכט אריין ווי אזוי דעס קינד פילט זיך דעמאלטץ ווער קען זיך פארשטעלן די פנים פינעם קינד[בילד – נישט אפגעהיט] די אימשלידיגע טרערן וואס ער האט אפי' מזעט עס נישט אן

יא יא באלד איז יונה דא מיט א מעשה ווי אזוי א לעפקא אדער איינע פין די שיינע נעמען וואס ער ניצט געוועדליך ווי שטארק זיי האבן מבזה געווען א יונגל פין זייערע 22000 מוסדות'ער

סאטמארפלעק » 5/12/2010 20:13

ס'איז חנוכה ביינאכט, מיר הערן א קלאפ און טיר, כ'גיי צום טיר שטייען דארט דריי קינדערלעך מיט א צדקה בוך פאר די מוסדות יו טי עי אוו קעי דזשעי. צדקה!!! צדקה!!! שרייען די קינדער אויס. מיין הארץ קוועלט, ס'איז נאך דא האפענונג, אידישע קינדערלעך גייען נאך צדקה, דער זכות פון די מצוה וועט אוודאי ביישטיין אז די קינדערלעך וועלן אויסוואקסן מיט דרץ ארץ מצוות און מעשים טובים. איך נעם שנעל ארויס גענוג געלט צופרידן שטעלן די קינדער יעדער לויט זיין עלטער. נו מילא! ס'איז נישט מיין מוסד, מילא! מיר ליידן זיך צוזאם פון די רשעים וואס בעלי בתי'ווען דארטן, אבער ביי אונז אין סאטמאר האט מען דאך געלערנט אז געלט געבן (נישט נעמען) שניידט אדורך  אלע מחנות, אלע קרייזן, סגייט גלייך פון איין אידיש הארץ צום צווייטן. איך געב איבער די "צדקה געלט" פאר די קינדער און דרייי זיך אויס צו פארמאכן די טיר. און מיינע אויער קלונגען שוין די שעמעוודיגע "תזכה למצוות" וואס איך בין אזוי געוואוינט צו הערן פון די ב'חן'טע קינדערלעך ווען זיי גייען נאך געלט. פלוצלינג....! א געשריי! ווי אין א קאאר הער איך בני יואל פוי!! בני יואל פוי!!! בני יואל פוי...!!!! מממממ פון ווי זענען א פרישע חברה ארויסגעוואקסן פרעג איך צו מיר זיך אויסדרייענדיג? כ'גיב א בליק און דער ריעאליטעט פונעם פארפוילטן חינוך אין יו טי עי אוו קעי דזשעי פראסקעט מיר אין פנים אריין.... כדריי מיך צוריק אויס, כ'מאך צו די טיר און פון מיין מויל קומט ארויס דער פסוק ברוך הוא אלקינו שהבדלנו מן התועים.....!!!!


תוקן על ידי סאטמארפלעק ב- 05/12/2010 20:13:04

וואלןסח » 5/12/2010 20:34

יש ויש, ס'איז אוודאי דא אלע סארט מענטשן, נו לאמיר נעמען דעם ווארט און דערציילן מיין עקספיריענס

 

ווען איך בין געווען א יונג בחור'ל, און איך פלעג ארום גיין נאך געלט, דאס מיינט אנהייבן די נ' יארן, ווען איך בין בטעות אריינגעפאלן צו א בני יואל, האב איך געהאט צו הערן און צו זינגען, קללות נמרצות האט מען נישט געשוינט, צוויי פון די געדענק איך נאך עד היום ווער זיי זענען געווען.

 

יעצט היינט צוטאגס, ביז בערך א יאר און א האלב צוריק, איז מיין יונגל למשל נישט געלעגן אין פאליטיק, ס'איז אים נישט אנגעגאנגען בני יואל זאליס וכו', ער האט געוואוסט ער האט א רבין און פארטיג, ער גייט איינמאל א יאר פאר די ימים נוראים זיך געזעגענען און שוין.

 

ממילא ווען א בני יואל איז געקומען צו מיין טיר, פלעג איך געבן ווייניגער ווי נארמאל, אבער געגעבן און געשיקט ווייטער. און דאס איז געווען מיין איך די פאליסי פון זיער אסאך אידן (איך האב מיר נאכעגפרעגט) ווייל למעשה האבן זיי אונז נישט געבאדערט און מען האט כמעט נישט געהערט פון זיי די לעצטע צען יאר

 

זייט די רעבעצין הויז פרשה, ווען די בני יואל האבן אויסגעלערנט די קינדער זיך אויפצופירן ווי חיות, און אויף מיין גאס ווי איך וואוין איז געווארן א גאנצע אישו די פאליטיק, די בני יואל זענען פארנומען א גאנצן טאג צו שרייען דעם רבינס נאמען מיט א קללה צו די זייט, האב איך געמוזט אביסל פארשטערקערן דאס התבדלות, און ווי פארשטענדליך איז מיין יונגל מיט זיינע חברים אויך געווארן מער אנגעהיצט אויף פארקערט, איז היינט ווען א בני יואל אינגל קומט צו מיין טיר זאג איך אים, אנטשולדיגט, אבער איך געב נישט פאר די מוסד. (מיין אינגל שטייט אין די בעק און זאגט מיר שטילערהייט: טאטי צורייס די ביכל... און איך האב אים מסביר געווען ווען דאס קינד איז אוועק, אברהם אבינו האט געזאגט "הפרד נא מעלי אם השמאל ואימנה ואם הימין ואשמאילה" קוק נישט אויף זיין זייט)

דער_אקס » 5/12/2010 20:40

סאיז א בחינה פין הרוצה לשקר ירחיק דעס אז מהאט עם נאכגעשריגן מיז ער ניצן א דאטום פין די אנהייב נ' יארן אבער דעס וואס סאיז אמת דעס קען ער ניצן א יעצטיגע דאטום

איך האב מיך גערישט אויף אסאך א שענערע געבעקס נישט אזא נארישע


תוקן על ידי דער_אקס ב- 05/12/2010 20:49:28

סאטמארפלעק » 5/12/2010 20:56

אומגלויבליך!!! די אהרונים ניצן גאר די "רבעצינ'ס שול פארמאכן" אלס די צייט ווען "זיי" זענען געווארן די נרדפים, ס'איז גאר "זיי" וואס האבן דעמאלטס באשלאסן אז ס'איז ג'ענדיג'ט, מען קען שוין מער נישט אויסהאלטן!! ס'איז צייט צו פארשיקן מיט ליידיגע הענט די קינדער וואס גייען נאך געלט!!!. זעט אויס אז נאך די סידור קידושין פרשה האט שוין זייער סבלנות ממש געפלאצט, נאך אזאלכע טעראריזם פון די בני יואל'ער האבן זיי שוין באשלאסן אז ס'איז צייט צו שיקן זייערע קינדער נאך געלט צו די בני יואל'ער און שרייען בני יואל פוי!! אנשטאט תזכה למצוות. רבוש"ע ווי משוגע מען קען ווערן פון בלויז עסן אריזאנע ווייץ.

kj1234 » 5/12/2010 21:57

וואס האלט דער עולם איך האב שוין לאנג געטראכט ארויף צי לייגן נעמען פין משפחת וואס טיען דעס איז די זעלבע מייט וואס שיקען זייערע קינדער צי אינזערע הייזער נאך געלט פאר זייערע צוועקן אריינגערעכנט די פין א גאנץ יאר וואס לויט ווי די ארוני שרייבט וואלט איך געוואלט וויסן פארוואס לערענט ער נישט אויס זיינע קינדער אדער זיינע עלטערע ברודערס אז זיי זאלן נישט קימען צי אינז אדרבה טייטל אייך אפ אינגאנצן פין אינז אין זיי איז נישט מזכה מיט געבן געלט פאר ענקערע שולעס!
 
וואס האלט דער עולם זאל מען ארויף לייגן די נעמען ?

אין ווייס פין אפאר נעמען

(איך רעדט נישט פין דעם אז פין די משפחות וואס איך ווייס נעמען נעמען יעדע וואך א פיינעם פעקל פין די שבת פעקליך וואס די פין וועמען מדארף זיך אפטיילן טיילען אויס אבער דעס איז שוין עקסטער)

apnews » 5/12/2010 22:00

וואלן לאמיר דיר נאר אויסשמועסן, איך וואין אויך און קרית יואל, און פערצופאל וואין איך ארומגענומען מיט מער ווייניגער ארונישע  משפחות, און מען קען זיך אויך אסאך מאל ארומקריגן, אבר מער ווייניגער לעבן מיר זייער זייער גוט, און איך האב נאך קיינמאל נישט געטראכט אז ווייל די קינדער קענען אמאל שרייען אויף מיינע קינדער זאלי, זיי נישט צו געבן, אדרבה אלע מיינע שכנים באקומען פון מיר א שיינע נתינה, לויט זייער פארשטאנד נישט קיין חילוק און וועלכע מוסדות זיי לערנען, פארוואס אריינמישן קינדער און פאליטיק, משא"כ פארקערט האב איך געהערט פון איינע פון מיינשע שכנים וואס שיקט ואיך און ויואל משה, אז געוויסע האבן פאראגעהאלטן זייערס א קינד, איינער האט סתם חוזק געמאכט אן געבן געלט, און איינער האט חוזק געמאכט מיט געבן א נדבה וואס איז געווען ווייניג לויט די קינדס פארשטאנד,

דייקן » 5/12/2010 22:53

צו איז אפשר שייך דא פאר איינעם צו פארשטיין געבן אז די טענה קען גאר זיין אויף די עלטערן וועלכע שיקן זייערע קינדער אין בני יואל/ויואל משה?.

לשיטת חסידי מהר"א זענען די מוסדות גע'אסר'ט, און לויט דעם סברא מוזן זיי נישט אדער אפילו טארן זיי נישט שטיצן יענע מוסדות. אצינד, ווען א קינד פון איינע פון די מוסדות גייט נאך געלט צו איינעם מחסידי מהר"א, האט ער לשיטתו די פולסטע רעכט אים נישט צו שטיצן. מעגליך אז מ'דארף זיך שענער אויפפירן צו די קינדער וועלכע זענען לכאורה אומשולדיג, אבער קיין טענות קען מען אויף אים זיכער נישט האבן, וויבאלד ער האלט אז מ'טאר זיי נישט שטיצן.

די טענה דארף איידער גיין אויף די עלטערן וועלכע שיקן זייערע קינדער אין יענע מוסדות, און צוליב זיי ווערן זייערע קינדער אויסגעשטאט צו ווערן געטשעפעט. 

אן עצה טובה פאר די עלטערן פון די קינדער פון די מוסדות, אז זיי קענען צוזאמשטעלן א ליסטע פאר זייערע קינדער וואו יא און וואו נישט צו גיין, כדי צו פארמיידן אומאנגענעמליכקייטן פאר זייערע קינדער.

_________________

רשכבהגולם » 5/12/2010 22:58

אז מען רעד פון דעם נושא וועל איך אייך מיטטיילן מיין איקספיריענס,
איך האב א שכן גראדע זייער שטילע מענטשן, אבער נעבעך אדוק ומקושר צום בעל קדושת אהרן ל"ע,
ער שיקט ארום זיינע קינדער שוין פון א לאנגע צייט אן א יעדן פרייטאג פאר יטב לב באה"ק ווייל זיין רבי האט געהייסן, א יעדן פרייטאג געב איך אהין די פאר סענט בתשיאת חן, איך האב שוין געקלערט ביי מיר אסאך מאהל, ווען עס איז דורך פארשידענע צייטן, ווי די רעבעצין'ס שול אדער סידור קדישין פרשה, אידן זענען דאך מוכתר מיט די מעלות פון בשנים, רחמנים, גומלי חסדים, ווי איז די ביסעלע בישה פאר מענטשן וואס די צאפסט זיי די בליט טאג און נאכט, שיקסטו דיינע קינדער בפקידות די עומד בראש פון די אלע זאכן דער בעל קדושת אהרן ל"ע אבער נאכאמאהל דאס האב איך נאר געטראכט געטון האב איך ווייטער אזוי ווי מען האט אינז געלערנט, יעצט דעם חנוכה נישט מער און נישט ווייניגער מיינע קינדער קומען אהיים אז טאקע די שכן האט גענטפערט פאר מיינע קינדער מיר געבן נישט פאר די מוסד עס איז געווען פאר זיי אזא חידוש, א יעדער לפי דרגתו, איינע פון די עלטערע קינדער האבן זיך אנגריפן צי מיר פארוואס דארפן מיר אלס געבן פאר זיי, האב איך זיי גענטפערט אזוי, עטס ווייסט קינדער פארוואס ענק גייען און בני יואל? עטס ווייסט וואס די סיבה איז? ווייל איך וויל נישט אז ענק זאלן זיך אויך אזוי אויפפירן, אינז וועלמיר נישט פארשעמן קיין אנדערע קינדער, און מיר וועלן ווייטער געבן צדקה פאר ווער עס קלאפט און טיהר,

סאטמארפלעק » 5/12/2010 22:58

[quote]

 מעגליך אז מ'דארף זיך שענער אויפפירן צו די קינדער וועלכע זענען לכאורה אומשולדיג, אבער קיין טענות קען מען אויף אים זיכער נישט האבן, וויבאלד ער האלט אז מ'טאר זיי נישט שטיצן.

_________________


[/quote]

מיר רעדן דא נישט פון "מעג יא" אדער מעג נישט, מיר האבן בלויז ארויסגעלייגט א שפיגל און זאל יעדער אריינקוקן דערין און שמייכלן אויב ס'געפעלט זיי וועם זיי זעען דארט......

תוקן על ידי סאטמארפלעק ב- 05/12/2010 23:00:48

רשכבהגולם » 5/12/2010 23:04

ap  לויט ווי איך פארשטיי זאגסטו אז עלטערן וואס שיקען זייערע קינדער און הארלעם צווישען די שווארצע חיות זענען זיך אליין שילדיג פאר די אומ'אחריות פון אהין שיקען א קינד,

רשכבהגולם » 5/12/2010 23:14

יעצט געקומען די ידיעה
עס גייט פאר ערענסטע זיכענישן און ק"י פאר א אינטערערדישע טונעל וואס לויפט פון ווילימסברוג ביז בערך 6 צאנז קארט און ק"י, ווייל מען האט איבער געקוקט אלע נייע קעמרעס און מען האט נישט געזעהן אז משה גבאי זאל האבן אריין געקומען אויף ק"י און די לעצטע תקופה, ווי עס שיינט האט ער זיך ערגעץ אריינגעשליידערט דורך א באהלטענע טונעל אזש ביז 6 צאנז קארט און נאכאמאהל אנגעהויבן צי געבן עצות פארן בעל קדושת אהרן ל"ע ווי אזוי צי פירן סאטמאר און נאכמער ער ניצט זיינע קינצלעכע טאקטיקן צי מאכן אז דער בעל זאל עם נאך פאלגן אפילו ער ווייסט שוין ווער ער איז. דער משה גבאי איז עפעס א ווינדערלעכע מענטש וואס ער קען אלס. 

געלע_באס » 6/12/2010 00:53

דייקן

לייען דיך אליין איבער,
פוי, א גרויליגע חינוך האסטו באקומען,

שעהם דיך

ווער_איז » 6/12/2010 18:54

דער עולם כאפט נישט וואס איך האלב געוואלט בעיקר ארויסברענגן מרעדט דא נישט בכלל צי די ארונים חלה דעקליך איך רעדט דא בעיקר צי די מער נארמאלערע ארונים ווי א שטייגער אינזער חבר סקאטמאלן וואס זענען אייביג מיט די מיינונג אז די זאליס מיט די ב"י זענען עקסטרמיסטן האב איך געוואלט ווייזן א שטיקל סעמפל ווער איז דער עקסטרעמיסט

אין נאכדעם אינזערע קינדער זענען ב"ה אסאך שטערקער פין דעם אזוי דער רשכבהגולם האט ארויס געברעגט דעס געט נאר א באווייז פאר די קינדער פארוואס מיר האבן זיך פין זיי אפגעטיילט.

וויכטיג » 6/12/2010 19:19

דייקן, איך האב הנאה צו ליינען דיינע ווערטער, בקיצור, דאס איז ענקער טיפישער מהלך און מחשבה און אין הנהגה, טרעפן כל מיני פשעטלעך יענעם צו צאפן די בלוט.. אונטערשטע שורה, עטץ זענטס בלוט צאפערס.

דייקן » 6/12/2010 21:19

וויכטיג, איך האב דייקא נישט גערעכט געגעבן פאר די וואס טשעפען די קינדער, די קינדער זענען לכאורה אומשולדיג. 

איך האב בלויז מסביר געווען אז מ'מקען אנקוקן די זאך פון א צווייטע זייט, און מעגליך זענען די עלטערן פון די קינדער שולדיג אין דעם, און נישט חסידי מהר"א וועלכע האבן לשיטתם א גערעכטע סיבה זיי נישט צו שטיצן.

(אגב, וואס איז דיין מיינונג איבער די מעשה וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם שבת אין מאנסי, ווען איינער מחסידי מהרי"י האבן מבזה געווען ר' דוד עקשטיין מראשי קהלת מהר"א, צו ווערט דאס אויך אין נכלל אין דיין כלל פון בלוט צאפער'ס?)

_________________

וויכטיג » 6/12/2010 21:27

די ערשטע מאל וואס א אהרוני איז מודה אין די מאנסי מעשה.. ביז יעצט שרייען אלע ארונים אז ער האט בלויז געהאט כבוד מלכים.. טראכט איבער צו זאלסט מעקן דיין תגובה פאר יונה מיט בעקער וועלן דיך פארשטיינערן..

בגץ_פילן » 6/12/2010 21:39

שאל אביך ויגדך
ממין טאטע האט מיר פארציילט און איך האב דאס ווייטער דערציילט פאר מיינע קינדער, ווען סאטמאר האט זיך געגרינדעט אין אמעריקא, דארף מען נישט מאריך זיין ווי מ'האט אפגעשפעט פון די לאגער אידן מיט די לאנגע פיאות וכו' אויב האט א סאטמארע אינגל אריינגעקלאפט נאכגעלט מיט א סאטמארע פושקע, איז ער ארויסגעווארפן געווארן מיט חרפות און בושות, ע"כ וואס מיין טאטע האט מיר פארציילט און דאס האב איך געזאגט פאר מיין אינגל ווען ער איז אהיימגעקומען זיך אפרעדן אז מענטשן טשעפענען אים ביים גיין נאכגעלט, זייט דעמאלטס גייט מיין אינגל מיט שטאלץ ארום ביי די טירן מיטן פושקע מיטן ראפעל אן קיין פחד פארקערט ער שפירט וואס זיין זיידע האט דורעכגעמאכט ווען ער איז געגאנגען נאכגעלט פאר סאטמאר, כל מה שאירע ליעקב אירע ליוסף

מלך_מלכים » 7/12/2010 21:16

מענין לענין, וויל איך פארציילן א מעשה וואס איך האב לעצטענס געהאט, וואס ווייזט ווי ווייט א משוגענער חינוך גייט,

מיינס א נעפיו האט חתונה געהאט נישט לאנג צוריק, דער פלימעניק מיינער איז אן ארוני, אין ער איז געווארן א איידעם צו אן ארוני פארשטייט זיך.

ביי מיין משפחה פיר איך זיך נישט צו רעדן קיין פאליטיק, אבער יעדער אין מיין משפחה ווייסט ווי איך באלאנג אין פארטיג, איך בין נאנט מיט יעדן אין מען רעדט נישט קיין פאליטיק.

מאכט זיך א מעשה אז דער יונגער פאר פאלק נישט לאנג נאך דער חתונה זענען אירע עלטערן אוועקגעפארן אויף א שטיק צייט, אין זיינע עלטערן זענען פון אן אנדערע שטאט, אין די יונגע ווייבל ווייסט נאך נישט וויאזוי מען שטעלט צו א שבת, בקיצור זיי זוכן ווי צו גיין אויף שבת.

הערענדיג דערפון טראכט איך נישט קיין צוויי אין איך רוף אן דעם נעפיו מיינער אין איך זאג אים אז איך רוף אים אויף שבת צו מיר, ער האט זיך תיכף צוגעכאפט דערצו אין ער איז טאקע געקומען צו מיר אויף שבת.

 אינמיטן די סעודה הער איך פליצלונג ווי מיין ב"ב שמועסט מיט  דעם אורח'טע וועגן די נייע זאל, איך האב תיכף שטיל געמאכט אין געבעטן נישט צו רעדן פאליטיק, גייט נישט דורעך קיין צוויי מינוט אין אודך, פרעגענדיג מיין ב"ב וואס איז דער פשט דערפון, רוימט די מיר אריין אז זי ווייסט נישט, יענע וויל עפעס נישט נישט אויפגעבן נאר מסביר  זיין וואס פאר א עבירה די נייע זאל איז.

איך האב זייער געוואלט מען זאל סטאפן רעדן דערפון, רוף איך זיך אן צו איר, ווי גרויס איז דער עבירה? למשל טאמער מאך איך דארט חתונה גייט איר קומען? זאגט זי מיר אזוי אין פנים אריין ניין! פרעג איך איר וואס איז דער פראבלעם? ענפערט זי מיר מיט א פעסטקייט סאיז גלילות, דער דיין האט געפסקעט אז גלילות איז אסור, פרעג איך איר וואס מיינט גלילות? זי ווייסט נישט ענפערט זי, זאג איך איר אז גלילות מייט אז מען דרייט צוזאם דעם ספר תורה נאכן ליינען, דער מאן אירע האט געוואלט אז דער ערד זאל זיך אים עפענען אונטער אים, איבריג צו זאגן אז מער האב איך דערפון נישט געהערט רעדן.ע"כ המעשה.



תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 07/12/2010 21:17:16

דייקן » 7/12/2010 21:54

מלך, זאג מיר צו איך פארשטיי, האסט געכאפט די פרוי ביים ווארט אז זי ווייסט ווייסט נישט וואס גלילות מיינט, און דערמיט פרובירט אפשצושפעטן איר תמימות פון פאלגן א פסק הלכה פון איר דיין?

_________________

kj1234 » 7/12/2010 22:21

וי האט איר דיין ג'פסקענט אז זי טאר נישט גיין צי די חתונה איך האב געהארט זיין דרשה אין געליינט זיין בריוו ווי שטייט דארט אזא זאך אין בכלל פין זיי וועליכע רב אדער אפי' מו"ץ איז דא א פסק איך האב נאר געזען א בריוו פין דעם חכם  לאקס'עלע פין כעלעמע קהל'ס אפיס איז ער די דיין וואס די אין די פרוי מיינען?

דייקן » 7/12/2010 22:28

און אויב וועל איך דיר איבערצייגן אז ער האט יא אזוי גע'פסק'ט, וועסטו דאן זיין איינשטימיג מיט מיר אז 'מלך' איז נישט גערעכט געווען מיטן אפשפעטן זיין קוזינע די פרוי, מיטן איבער זאגן א פסק הלכה פון איר דיין בתמימות?

_________________

kj1234 » 7/12/2010 22:46

לויט ווי איך פארשטיי שפעט ער נישט אפ פין די פרוי ער ברעגט נאר ארויס זייערע שיינע מידות זי עסט יענעמס ברויט אין זאגט יענעם אין פנים אריין איך גיי נישט קימען צי די חתונה אין בכלל דעס אז זי וויל נאר ווייטער רעדן דערפין אפי' זי ווייסט ווי זי איז אין נאכדעם ווי מאיז איר עס מרמז

אין זאג נאר אויב מעג איך פרעגן אויף יענקל פארגעס מיט דעם אברהם הערש שעהר וואס מאכן משוגע פרויען וואס פאלגן מיט תמימות זייערע דיינים איבער 10 אין צאל דארט איז דיר אויך שווער די קשיא


תוקן על ידי kj1234 ב- 07/12/2010 22:46:40

מלך_מלכים » 7/12/2010 23:32

דייקן טייערער, ביסטו טאקע א דייקן אדער סתם א קאפ פארדרייער? איך מאך ליצנות פון די פרוי? ביסטו פארנערט? איך האב גרויס רחמנות אויף א יונג קינד וואס איז ליידער אזוי נתחנך געווארן, נעבעך נעבעך, אזוי ווייט נישט צו וויסן? 

וויבאלד דו האסט אזוי סאך שכל כמעט ווי א חלה דעקל וועל איך דיר פראבירן מסביר צו זיין מיט א משל, לאמיר זאגן אז איך א סאטמערער בין יעצט סטאק געווארן אויף שבת אין טשיינע אין איך האב נישט געהאט ווי צו גיין נאר צו א חב"ד הויז, זיץ איך דארט שבת ביים טיש אין איך רעד אויפן ליבאביטשער רבין, דער מכניס אורח בעט זייער שיין סטאפ! רעד נישט דערפון, אין איך גיי ווייטער אין בין מסביר וואס א שצץ דער ליבאביטשער איז געווען, נישט נאר דאס נאר דו בעל מכניס אורח ביסט א כופר, ווייל דו האלטס מיט די מדינה. 

וואס וואלטסטו געזאגט אויף מיר? זיי אויפריכטיג, א בהמה? א משוגענער? אדער גאר א הונט? 

דאס אז דו ארוני פארשטייסט גארנישט וואס איז פאני דא, פראווט פשוט מיין פאוינט, א חינוך פון צעדרייעטקייט, דאס לערענט מען ביי ענק. 

_________________

דייקן » 7/12/2010 23:54

מלך, ס'טייטש אזוי, דיין טענה איז אז די האסט געבעטן מ'זאל מער נישט רעדן, און די פרוי האט ווייטער גערעדט, מסכים, דאס וועל איך דיר גערעכט געבן, איך ווייס נישט גענוי וואס דארט האט זיך אפגעשפילט, אבער לויט ווי די לייגסט דאס אראפ איז דאס לכאורה טאקע אוממענטשליך.

אבער די טענה איז דא אויף א פריוואטן מענטש, וואס אויב די ווילסט שטארק קען איך דיר דערציילן די זעלבע מעשיות אויף פארקערט. לדוגמא, אז איינער ממתנגדי מהר"א איז געזיצן ביי א משפחה שמחה פון חסידי מהר"א, און מ'האט דארט סערווירט ק"י פלייש, און יענער האט זיך איינגע'עקשנ'ט אז מ'טאר די פלייש נישט עסן, איך וועל נישט צופיל מאריך זיין, וא"כ אין לדבר סוף. איך וויל פשוט זאלסט פארשטיין דעם פוינט אז אזא טענה איז א פרט אויף א יחיד, און נישט קיין כלל אויף גאנץ חסידי מהר"א אדער זיינע קעגנער, און אוודאי נישט קיין יסוד, גערעכט?

אצינד אז מיר פארשטייען זיך שוין און לכאורה זענען מיר אייניג אויפן זעלבן שורה, אז די פריערדערמאנטע טענות קענען גיין אויף ביידע צדדים צוגלייך. אפשר ענטפערסטו מיר מיין פראגע, אז אויב חסידי מהר"א האלטן אז מוסדות בני יואל / ויואל משה זענען אסור אין ק"י און מ'טאר זיי נישט שטיצן, און ווען א קינד פון יענע מוסדות גייען נאך-געלט ביי איינעם מחסידי מהר"א אין שטוב, און ער וויל אים נישט געבן קיין געלט, און דאס קינד ווערט געטשעפעט. קען די טענה גיין אויף די עלטערן וועלכע שיקן דארט זייערע קינדער און זיי ווייסן אז זייערע קינדער קענען אויסשטיין צו די אומאנגענמליכקייטן?



תוקן על ידי דייקן ב- 07/12/2010 23:59:54

מלך_מלכים » 8/12/2010 18:24

דייקן האסט א געפערליכער טעות, דו פארשטייסט בכלל נישט וואס מען רעדט דא, די מעשה וואס איך האב פארציילט איז בכלל נישט פארגעקומען אין קר"י, איך וואוין אין א שטאט ווי סאטמער פארנעמט גאר גאר א קליינע פראצענט פון די אידישע באפעלקערונג, ממילא איז דאס נישט אוממענטשליך, נאר ווי איך רוף דאס א משוגענער חינוך, אין דו כאפסט ניטאמאל ווי משוגה דאס קוקט אויס, נאר דו שטעלסט זיך אויף די וויץ וואס איך האב געמאכט.

די מעשיות וואס דו פארציילסט וועגן פלייש האב איך קיינמאל נישט געזעהן אדער געהערט אחוץ פון סקאטמאלען אויף היידפארק, איך אליינס עס נישט פון קר"י פלייש, אבער פון נישט עסן ביז טון וואס דו שרייבסט איז א לאנגער וועג, נישטאמאל אין חלום וואלט מיר אזאנס בייגעפאלען.

יעצט וועל איך זיך באציען צו דיין חלה דעקל שאלה, איך וועל דיר ענפערן מיט א שאלה אין איך האף אז דערנאך וועט דיין שטימפיגע קאפ אביסל שארפער ווערן:

אפשר ענטפערסטו מיר מיין פראגע,  אויב חסידי מהרז"ל / בני יואל האלטן אז אהרן טייטלבוים איז נישט מער ווי א טמאנער קליפה אין ק"י, און מ'טאר זיי נישט שטיצן, און  א קינד פון זיינע מוסדות גייט נאך-געלט ביי איינעם מחסידי מהרז"ל / בני יואל אין שטוב, און ער וויל אים נישט געבן קיין געלט, און דאס קינד ווערט געטשעפעט. קען די טענה גיין אויף די עלטערן וועלכע שיקן דארט זייערע קינדער און זיי ווייסן אז זייערע קינדער קענען אויסשטיין צו די אומאנגענמליכקייטן?

האסט שוין דיין תירץ? צו פארשטייסטו נאך אלץ נישט?

_________________

דייקן » 8/12/2010 18:50

מלך, וואו כאפט די נפק"מ צו די וואוינסט אין א קליינע אדער גרויסע שטאט, מיט א סאטמאר'ע גרעסערע אדער קלענערע באפעלקערונג, זיי ביטע א ביסל קלארער מסביר, ווייל דערווייל האב איך נישט זוכה געווען צו כאפן וואס די ווילסט מיט דעם ארויסברענגען. מיט אנטשולדיגונג.

בנוגע די מעשה מיט די פלייש, דאס איז א מעשה וואס איך פערזענליך האב מיטגעהאלטן עטליכע מאל און אפאר ווערסיעס -אויב די ווילסט שטארק, קען איך דיר אלעס דערציילן- און איך פארלאנג נישט די זאלסט גלייבן, נישט דאס און נישט די 'סקאטמאלען' מעשה, נאו אפענס, אבער אזוי אויך איז קיינער נישט מחויב צו גלייבן די היידפארק 'מלך' מעשיות. אצינד, איך האף אז אזוי וועסטו פארשטיין דעם פוינט וואס איך ברענג ארויס, אז פרטיות'דיגע מעשיות פון פריוואטע מענטשן זענען דא צענדליגער און פון ביידע זייטן צוגלייך.

און אצינד צום עיקר, אקוראט וואס די האסט געענטפערט, דאס איז מיין פוינט וואס איך וויל ארויסברענגען פאר בני יואל / חסידי מהרי"י, אז די קענסט נישט ארויפצווינגען דיין קעגנער אז ער זאל דיר פאר סיי וועלכע סיבה שטיצן, ער איז דאך דיין קעגנער, נישט אזוי?!... און אודאי קענסטו נישט האבן קיין טענות.

יעצט, איך זעה די האסט דאס יא פארשטאנען און די האסט ב"ה א גוטן שפראך, און ווען איך שרייב דאס האבן בני יואל / חסידי מהרי"י לכאורה א נגיעה דאס נישט צו פארשטיין, ביטע זיי די עס זיי מסביר. יישר כח.

_________________

מלך_מלכים » 8/12/2010 19:01

לאמיר א מינוט פארגעסן פון מיינע מעשיות, אין פון דיינע מעשיות, לאמיר רעדן פון מיר אין פון דיר:

די ארונים אויף היידפארק שרייבן מעשיות מיט פלייש, פיין אין וואויל, איך האב שוין געשריבן מיין מיינונג אז עס איז נישט נישט מענטשליך אזוי צו טון (טאמער איז עס בכלל געוועהן), עס נישט אין פארטיג, מאך נישט קיין געוואלדעס, בין איך א מענטש? 

די זאליס טענהען אז ארונים פארשעמען קליינע קינדערליך וואס גייען נאך געלט, וואס ענפערסטו? סאיז גוט אין פיין, די עלטערן זענען שולדיג, ביסטו א מענטש? 

פשוט געלערנט עברי טייטש וואס הייסט א חלה דעקל. 

דייקן » 8/12/2010 19:11

מלך, איך זעה די האסט מיר נאכאלס נישט פארשטאנען.

די ביזט צו מיר מודה אז ווען די קעגנערס פון מהר"א מאכן געוואלדעס איז נישט מענטשליך.

אצינד, ליין איבער מיינע פריערדיגע תגובות, וועסטו זעהן אז איך האב נישט געזאגט אז דאס איז גערעכט צו טוהן, און די קינדער זענען לכאורה אומשולדיג. איך האב נאר פשוט ארויסגעברענגט די טענות פון א צווייטן פערספעקטיוו, אז אולי זאלן בני יואל / חסידי מהרי"י פארשטיין, אז ווען זייערע קינדער ווערן געטשעפעט אין ק"י, זענען נישט קיין צווייטער ווי זיי די שולדיגע, צוליב די סיבות ווי פריער-געשמועסט.

בנוגע מיין און דיין עברי טייטש. לשיטתך, צו גייט אריין די פריערדיגע ווערטער וואס די האסט געשריבן אויף מהר"א בגדר אוממענטשליך?

_________________

מלך_מלכים » 8/12/2010 19:17

אויסדריקלעך נישט, א מענטש איז אינטייטעלד צו זיין אפיניען, צו עס געפעלט דיר צו נישט, אוממענטשליך איז וואס ער טוט, נישט וואס ער האלט. 

תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 08/12/2010 19:18:46

kj1234 » 8/12/2010 19:34

אויב האסטו שוין א תירוץ אויף מיין קשיא פין נעכטען זיי אזוי גיט אין ענפער
kj1234 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אין זאג נאר אויב מעג איך פרעגן אויף יענקל פארגעס מיט דעם אברהם הערש שעהר וואס מאכן משוגע פרויען וואס פאלגן מיט תמימות זייערע דיינים איבער 10 אין צאל דארט איז דיר אויך שווער די קשיא

תוקן על ידי kj1234 ב- 07/12/2010 22:46:40


דייקן » 8/12/2010 19:36

אפשר שטעלסטו מיר ביטע אריין מיט פשט דיינע צוויי כללים אין די פאלגנדע?.

ווען א קינד גייט נאך געלט און ווערט פארשיקט צוליב סיבות.
ווען איינער איז מסביר די סיבה פונעם פארשיקער.
ווען א פרוי זאגט איר מיינונג אנטקעגן די שיטה פון איר מכניס אורח.
ווען די מכניס אורח פליקט איר צוריק. איר מאן וויל דאס ערד זאל זיך פאר אים עפענען.
ווען א בעל שמחה שטעלט צו פלייש, און איינע פון די ארטיגע קאמענטירן אנטקעגן די פלייש.
ווען איינער שרייבט נישט קיין שיינע אויסדריקן אויף א רבי פון חסידים.

_________________

דייקן » 8/12/2010 19:46

KJ, די סדר פון מענטשליכקייט איז אז ווען איינער פרעגט, דארף דער געפרעגטער קודם ענטפערן, און אזוי אויך ענטפערן די קשיא וואס ער איז געפרעגט געווארן.

איך בין דיר דן לכף זכות אז די האסט מעגליך נישט פארשטאנען מיין שאלה, וועל איך דיר דאס איבערפרעגן. און תיכף דערנאך וואס די וועסט מיר ענטפערן, וועל איך דיר אי"ה ענטפערן א תשובה אויף דיין שאלה עצהיו"ט.

די האסט געשריבן, אז די האסט געליינט און געהערט די פסק פונעם דיין פון ק"י רבי געציל, און ער האט קיינמאל נישט גע'פסק'ט אז מ'טאר זיך נישט משתתף זיין ביי די שמחות. אצינד ווארט איך צו הערן אויב איך קען דיר ברענגען די גענויע ווערטער פונעם דיין וואו ער שרייבט און ער זאגט קלאר אקוראט דאס פארקערטע וואס די האסט געשריבן.

_________________

kj1234 » 8/12/2010 20:01

נא ברענג מיר עס וואס ווארטסטו אויף מיין רשות אז איך בין נישט גערעכט ברענג עס אין פארטיק

דייקן » 8/12/2010 20:24

אין א בריוו דאטירט חודש ניסן תשס"ט, ברענגט דער ק"י דיין רבי געציל אראפ פון עטליכע פריערדיגע רבנים ובראשם האדמו"ר מהר"י מסאטמאר ז"ל, די חומר הענין פון חתונה מאכן אין א זאל אן קיין רשות פון א מרא דאתרא, און דער דיין ענדיגט צו דאס פאלגענדע: "ומהנ"ל מבואר שח"ו לשום מאן דהו, לסדר קידושין פה ק"ק קרית יואל ובהגלילות, מבלי נטילת רשות מאת המרא דאתרא ה"ה כ"ק מרן רבינו שליט"א שלא לפרוץ בזה גדרן של ראשונים כמלאכים" וכו'.

אין זיין דרשה א' משפטים תש"ע, ברענגט דער דיין אראפ די שארפע לשונות פון האדמו"ר מהר"י מסאטמאר ז"ל "והקרואים לסעודות מריעות, די וואס מ'רופט זיי זאלן זיך דארט משתתף זיין, זענען ראוי צו חירופים וגדופים ונזיפה".

אצינד אז איך האב דיר געברענגט דעם קלארן פסק הלכה פונעם ק"י דיין רבי געציל, און אזוי אויך צוגעלייגט די פסק וואס האדמו"ר מהר"י מסאטמאר האט גע'פסק'ט אין אזא פאל. ווארט איך די זאלסט מיר ברענגען די פסק הלכה פון די איבער 10 דיינים אז עס איז א  חוב קדוש חתונה צו מאכן אין עטרת מאיר צבי, און גלייך דערנאך וועל איך דיר אי"ה ווייטער ענטפערן אויף דיינע פראגן.

_________________

kj1234 » 8/12/2010 22:17

פארדריי נישט קיין ווערטער נישט פין מיר אין נישט פין דעם גאון אדיר מחבר ספר שיש בתוכו 3 שו"ת וכמה מכתבים
קודם ער שרייבט דירעקט נישט ארויס וועם ער מיינט מיט כ"ק אדמו"ר שליט"א אזוי האט ר' געציל געזאגט אין אזוי אויך האט ער געזאגט פאר 2 מענטשן נאכ'ן שרייבן די בריוו אז ער מיינט נישט די בני יואל זאל

אין נאכדעם ביי די דרשה ברעגט ער ארויס אז סאיז א הארבע זאך ווי מזעט פין די לשון פין רבי'ן אינעם בריוו ער זאגט אבער בכלל נישט אז מטאר נישט גיין צי א חתונה אין ב"י זאל
 
אין די הברי הבד"צ שרייבן טאקע קלאר ארויס אינעם בריוו אז סהאט נישט קיין שייכות אהער די מעשה
 
אין נאכדעם חוב קדוש מאן דכר שמיה

אין די נעקסטע מיז שוין זיין א תשובה פין דיין זייט ווי אזוי קען דער יענקעלע פארגעס מיט אברהם הערש שעהר רודפ'ן פרויען וואס פאלגן זייערע מענער אין זייערע טאטעס אין דעס איז שוין איינמאל א חוב קדוש ! 

רשכבהגולם » 8/12/2010 22:54

איך וויל נישט דא מאריך זיין סתם מיט טענה'ריי אן קיין תכלית,
א יעדער ווייסט, וויאזוי ר' געצל שליט"א האט זיך אויפגעפירט, לגבי פאליטיק, און קרית יואל, אלע פארגאנגענע יאהרן,
ער האט אלס געמעינטשט, צי גיין צווישען די טראפן, ער האט קיינמאל נישט געוואלט האבן קיין חלק און די רשעות רעזשים, און ער האט טאקע מצליח געווען, מער ווייניגער זיך ארויס צידרייען דערפון, דערפאר איז ער טאקע געווען געשעצט, ביי רוב רבו פון תושבי קרית יואל, אפילו געוויסע גאר שטארקע בני יואל, איז געווען אזעלעכע וואס פלעגן עם טראגן משלוח מנות, און פארקויפן די חמץ וכדומה,
יא יעצט איינמאל איז עס זיי געלאנגען, און איך גלייב לויט מיין השערה, וועלן זיי עס מער נישט באקומען פון עם, ווייל ער האט נישט גערעכנט, אז מען זיכט פשוט א כפרה הינדל, ווער עס זאל זיין שילדיג, און די אלע רשעות וואס זיי פלאנען צי טון אויף זיין ווארט, ער האט זיך אויסגערעהט פאר איינע פון זיינע אמת'ע גוטע פריינד, אז זייט מאנטעווידעי רב לויה, האבן זיי עם דארט אינסייד שרעקליך גערודפט, און ווען זיי האבן פארלאנגט פון עם די סידור קדישין דרשה, האט ער געזעהן אז ער וועט דאס שוין נישט דורך טראגן, האט ער געמאסטן וואס ער גייט זאגן, און לויט די אימשטענדן וואס ער איז דעמאלטס געווען, האט ער געהאלטן אז זיי וועלן נישט קענען ניצן זיין דרשה פארדעם וואס זיי ווילן,
א יעדער קען זיך דאס איבערצייגן,
יעצט וועל איך נאר ברענגען איין משל
ער האט פארגעלערנט די מכתב פון רבין, מיט דעם לשון וואס איך שרייב דא אראפ פון טעיפ,

וקבלה הוא בידינו הם קיבלה מרבני צרפת וואס זענן געווען בימי ר"ת שגזרו ואמרו שלא יסדר אדם שום קדישין נאר מי "שנבחר" לרב או מו"ץ בקהלתו או מדינה או גליל אפילו ער איז א רב ערגעץ אנדרשט ווי אויב ער איז נישט געווען "אויסגעוועלט" און דעי קהילה, דא האט מען עם נישט "אויסגעוועלט" האט מען גוזר געווען אז ער טאר נישט מסדר קדישין זיין  זאל ער זיין וואסערע גרויסע רב ער איז דא און די קהילה און דעם שטאט האט מען עם נישט מקבל געווען פאר רב טאר ער נישט דא מסדר קדישין

זייער שארפע לשונות פוק חזו עימהי עכ"ל
פאר די ארונישע אינגעלייט, וואס זענען געבוירן געווארן נָאך מהר"א'ס הכתרה תשמ"ה, וועלן קיינמאל נישט פארשטיין, אז אזעלעכע ווערטער וואס דער דיין האט דא געזאגט, מיינט פשוט א וועג ארויס פינעם פלאנטער, אבער דער דיין האט פארזעהן, אז זיי גייט יעצט נישט אן פינקטליך וואס ער זאגט, נאר אזוי ווי ער האט שוין עפעס געזאגט, לגבי דעם ענין, נעמען זיי זיך צי די PRארבעט, כידוע PR מיינט, אריין האקן פאר מענטשען און קאפ, וואס אימער מען וויל, מיט פראפעגאנדע,
זיין גאנצע מהלך סיי פון זיין דרשה און סיי פון זיין בריוו גייט מיט דעם סיגנן,


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 08/12/2010 23:05:56

דייקן » 8/12/2010 23:20

KJ, ס'טייטש לשיטתך איז די בריוו און די גאנצע דרשה פון רבי געציל בלויז א פורים שפיל, (ווען ער שרייבט "מרא דאתרא" מיינט ער לכאורה תולדות אהרן רבי, און ווען ער רעדט פון א "זאל" מיינט ער עטרת חי' שרה אין מאנסי...) כ'פארשטיי גוט? איך ערווארט א קלארן תשובה.

אצינד צו דיין שאלה, איך וועל דיר קודם ענטפערן בקיצור, און אויב די וועסט נאכאלס נישט פארשטיין, וועל איך זיך אנשטרענגען דיר צו ענטפערן מער באריכות.

ר' יעקב פארגעס, ר' אברהם הערש שעהר, קהל ק"י, און אלע אנדערע אידן וועלכע זענען פארנומען מיט די מערכה, האבן אנגענומען דעם פסק פון רבי געציל וועלכע ברענגט אראפ דעם קלארן פסק פון זייער רבי האדמו"ר מהר"י מסאטמאר ז"ל, ווי ער שרייבט פונקטליך וואס מ'האט צו טוהן ביי א פאל וואו איינער איז מסדר קידושין אנע רשות פונעם מרא דאתרא.

אצינד בלייבט דאך לכאורה נאך אלס שווער די קשיא וויאזוי די רבי מהר"י מסאטמאר ז"ל האט געקענט אזאנס צולאזן אז מ'זאל רודפ'ן פרויען וועלכע פאלגן זייערע מענער און זייערע טאטעס, דאס וועל איך דערווייל איבערלאזן מיט א קשיא און נישט פארענטפערן, אויב איינער מחסידי האדמו"ר מהר"י מסאטמאר ז"ל האט א תירוץ דערויף זאל ער דאס ביטע ענטפערן, יישר כחכם.

_________________

דייקן » 8/12/2010 23:38

רשכבה"ג, דאס אז רבי געציל האט עקסטער גע'פסק'ט פאר א זיידע פון אן אייניקל וואס זיין חתונה איז געווען אין די עטרת מאיר צבי, אז ער מעג זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונה האט ער אויך געמיינט דערמיט צו גיין צווישן די טראפן?

_________________

פריש » 8/12/2010 23:52

ר' געציל האט קיינמאל אזאנס גע'פסק'נט פארן זיידען. ר' אביש האט געהייסן.

איך קוק אן די מעשה פון מלך מיט אביסל א אנדערע פרעספעקטיוו. דאס אז זיין פלימעניצקע פאלגט איר דיין אז דאך זייער גוט, די פראבלעם איז ווען יעדער חלה דעקל באזונדער ווערט מיר א גאנצע מיסיאנער און פראבירט מסביר צו זיין 'לכל מאן דבעי למידע' דעם חומר האיסור אין די צייט וואס דער חלה דעקל אליינס ווייסט נישט וואס די איסור איז.

דייקן » 9/12/2010 00:14

פריש, פון סתם זאגן אז ער האט יא אדער נישט גע'פסק'ט אן קיין שום איבערצייגנדע פאקטן, ווערט קיינער נישט נאכנישט אפגעוואנדן. אבער אפצווענדן א בריוו אדער א דרשה וואס יעדער קען זעהן און הערן, און מאכן אייגענע השערות, דאס איז לענ"ד זייער אומפארשטענדליך.

בנוגע דיין מיינונג איבער די מעשה פון 'מלך', איז עס בערך די זעלבע בחינה וואו די קאטשקע פלייש פרשה, נישט אזוי?...

_________________

רשכבהגולם » 9/12/2010 00:14

ווען איינער זאל אריין גיין איין טאג און וויזשניץ'ע ביהמ"ד און מאנסי, און דארט טרעפן יענקל מילער, ווי ער שטייט און רייבט זיך איין הענט און די צווייטע, און דאווענט אזוי ערליך, אזש, אז איינער וואס ווייסט נישט ווער דאס איז, פרעגט זיך נאך ביי איינעם, זאג נאר ווער איז דער תולדות אהרן'ער אינגערמאן,
אזש אזוי זעהט אויס דער אהרוני ווען ער רעהט מיט אזא יראת הכבוד פון א דיין בכלל און פון זיין פסק בפרט,
היסטארי יוכיח,
נאר וואס דען אזוי ווי אלע זייערע אינטערנעמינגען וואס גייט מיטן שיטה פון די ציונים "המטרה מקדשת את האמצעים" יעצט אז עס פעהלט אויס צום ציהל, וועט א דיין'ס פסק ווערען קדוש,





תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 09/12/2010 00:16:01

moishe12 » 9/12/2010 04:11

רב דייקן
עס זעט אויס ווי די מיסט דווקא מדייק צי פארדרייען דעם אשכול
אין ב"ה עס איז דיר געלונגען
מנהל טייערע איך מיין די זאלסט אויסמעקין זיינע שטותים דא יישר כוח למפרע
 אז די ווילסט דייקא רעדין פין סידור קידושין זיי מוחל מאך דיר א אשכול איך וועל הארצען גערין דארט רעדין מיט דיר
יעצט צים ענין וואס מען האט געשמיעסט דא וועגין געבין געלט פאר די ארוינים אפילו זיי געבין נישט פאר אינזערע קינדער. איך וועל איך פארציילען א מעשה שהיה מיט מיינס א משפחה א גרויסער אהרוניסט
ער האט חתונה געמאכט א זין זיינער אין קרית יואל אין פארעדייס האב איך זיך גראדע געטראפען איין מוצאי שבת שמועסענדיג מיט מיין טאטע אין אויך מיינע ברודערס האב איך ארויפגעברענגט אויפען טיש אז היות דער פעטער וואס מאכט חתונה אין פערעדייס גייט דאך נישט קימען צי אינזערע שמחות אפשר איז כדי אינז זאלען טאקע נישט גיין צי עם אויך נישט אין פטור אן עסק
אינז אלע ברודערס יונגעלייט איז דאס זייער געפאלען אין מיר האבען טאקע אזוי געפלאנט צי טין
אבער מיין טאטע א חסיד פין רבי זכותו יגן עלינו האט געטראכט אנדערש
אין ער האט אינז אנגעפאנגען מוסר זאגען
צוויי זאכען
איינס -
מיר האבען געהאט א גרויסען רבין אין ער האט געהאלפען א יעדען  אפילו יענער איז געווען א אגודיסט אבער ווען יענער איז געקימען נאך געלט איז ער ארויס פין זיין וועג אין געגעבין אפילו מער ווי ער האט געגעבין פאר זיינע אייגענע מענטשין. אין אינז אלס בני יואל גייען אויף זיינע דרכים
דאס זאל זיין דיין ענטפער אויף די געלט קשיא וואס די האסט געפרעגט 
אין די צווייטע זאך
האט ער אינז געזאגט לגבי גיין צי די חתונה זייער סימפעל
די ארוניסטען האבען א תורה וואס דאס איז מוכאמעדס תורה
אין האבען נישט דאס
אפילו ער גייט טאקע נישט קימען צי אינזערע שימחות אין אינזער זאל אבער מיר האלטען נישט מוכאמעדס תורה
מיר זאלען אלע זען צי קימען
אין טאקע איך האב א ברודער וואס וווינט גראדע זייער ווייט פין קרית יואל אין ער קימט נישט כמעט צי קיין חתונות נאר טאמער יענער איז זייער א נאנטער
אבער דא וויבאלד ער איז פינקט געווען דארטען יענעם מוצאי שבת האט מיין טאטע עם געהייסען ארויסקימען ספעציעל אינאיינעם מיטען ווייב כדי צי ווייזען אז מיר קימען צי משפחה שמחות
אין איבריג צי זאגען אז עס איז 
אים גאר ווייניג געפאלען אבער א ברירה האט ער געהאט

דייקן » 9/12/2010 04:53

איך וויל זיך טאקע אנטשולדיגן אז די שמועס איז פארדרייט געווארן שלא ברצוני. אבער אזוי גייען שמועסן, מ'ברענגט א ראי' פון דא און פון דארט, און ס'ווערט פארדרייט. און אויב דער מנהל זעהט דאס לתועלת קען ער פארמעקן מיינע תגובות הארצן גערן.

אצינד 'משה', צום ענין, דיין טאטע טוט טאקע זייער א שיינע זאך, און קיינער מאכט דאס נישט אוועק, און אזוי אויך קען איך פארשטיין דיין געפילישע סיבה פארוואס די און דיינע ברודער ווילן זיך נישט משתתף זיין מיט ענקערע קרובים שמחות.

איך וויל אבער די זאלסט פארשטיין, אז די סיבה פארוואס חסידי מהר"א גייען נישט צו אייערע חתונות אין די נייע זאל, איז נישט וועגן אוממענטשליכקייט, ביי זיי איז דאס א שאלה אין הלכה. והא ראי' אז ווען בני יואל / חסידי מהרי"י מאכן און האבן חתונה געמאכט ערגעץ אנדערש סיי ווי, האבן זיך רוב נארמאלע חסידי מהר"א משתתף געווען מיט זייערע/ענקערע שמחות.

און די זעלבע זאך האלטן חסידי מהר"א אז די מוסדות פון בני יואל / חסידי מהרי"י זענען אסור -ווי פריער ערווענט- און אזוי אויך א קלאר'ן פסק פונעם בי"ד אין ירושלים, בנוגע עפענען אנדערע מוסדות אין ק"י.

אצינד בלייבן מיר מיט דעם, אז די סיבות פון חסידי מהר"א איז בלויז אן הלכה שאלה, און האט גארנישט מיט אוממענטשליכקייט.

_________________

rebyankel » 9/12/2010 06:04

כ'האב נישט געוויסט אז די זאליס פארמאגען אזעלכע גיטע הערצער, ווייל למשל תולדות אברהם יצחק אדער כולל זיבענבערגן - פאריאר האט מען יא געמעגט בויקאטען, דארט איז עס נישט געווען קאלטבלוטיג אדער עקסטרעמיסטן וכו', זעהט עטס די ארונים האבען עפעס א מין רשעות אין זיך, אז פאר ג'אסר'טע מוסדות געבן זיי נישט קיין געלט, למשל א חדר פאר נעלאגישע קינדער וואס איז ג'אסר'ט דורך די גדולי אונגרן. אדער א חדר ווי בנ''י וואס איז ג'אסר'ט דורך די גדולים פין לעצטן דור ז''ל געבן מיר נישט קיין געלט, אין אגב וואס די באקסט וועגן טשעפן בנ''י קינדער וואס גייען נאך געלט ס'איז נישט ענקער ערשטע ליגענט, אבער פרעג דיך ביטע נאך וואס די ארונישע קינדער פלעגן אויסשטיין ביים גיין נאך געלט אין וומ''ס הייזער ביי זאלי טירן - שמיר נישט אויף יענעם דיין אייגענע שמוץ

סענעטאר » 9/12/2010 07:51

דער אשכול איז ווייט פארפארן פון דעם נושא וואס דער פותח וועראיז האט אנגעהויבן, די אהרונים פרובירן ברענגן ראיות פון עוולות וואס ווערן געטון דורך טאטע'ס צו טאטע'ס, און דרייען אוועק דעם שמועס פון די עוולות וואס ווערן געטון פון אהרוני טאטע'ס צו זאלונישע און בני יואל'ער קינדער.
 
האמת אגיד, די וואך איז געקומען צו מיין טיר א אינגעלע מיט א ביכל פאר קרן אוצר החכמה פון די ווייט עוו. ת"ת. דער אינגעל זעענדיג ווי איך וויל אזוי שטארק זען דעם נאמען פון די ת"ת האט פארדעקט דעם נאמען און צוריקגעצויגן דאס ביכל אביסל צו זיך. איך האב אים געזאגט איין מינוט, פארמאכט די טיר און געפלאנט צו לאזן אים הענגן. מיינע אינסטינקטען האבן מיר אבער געזאגט אז איך זאל מיך נישט פירן אויפן דרך האהרוני וואס פארלאנגט צו מעניש זיין די בנים על עוון אבות, און איך האב צוריקגעעפענט דעם טיר און געגעבן דעם אינגל צוויי דאללער, דאס איז מער ווי איך געב סתם אזוי, בלויז פאר די מחשבה זרה וואס איך האב געהאט פאר איין רגע אים צו מבזה זיין.
 
לענינינו, עס האט נישט קיין שום זין נישט ע"פ תורה און נישט ע"פ נימוס צו טון אזא עקלהאפטיגע שריט מיט קינדער. און ווער עס טוט דאס יא איז א ערשט קלאסיגער רשע און אכזר. וואס חוץ מזה וואס אין אים זעלבסט בויעט זיך א קעמערל פון א אבנארמאלע מאס רשעות, מאכט ער נאך דעם אינגעל וואס שטייט ביים טיר מיט א תמימות און וויל צוזאמשטעלן די פאר דאללער - נישט ווייל ער פארשטייט אז מ'דארף די געלט צו אויפהאלטן די מוסדות, נאר פשוט ווייל ער וויל פארדינען א קאלקילעטער זייגער נאך חנוכה פאר ווער עס ברענגט אריין דעם שיינעם סכום - פאר א ביליגע רשע. ווייל אין דאס קינד ווערט גלייך איינגעגעסן א שנאה צו די מענטשן וואס האבן אים מבזה געווען, און ווען ער הייבט אן פרעגן קשיות ווער די מענטשן זענען, און ער ווערט געוואויר אז דער איד האט אים פארשעמט בלויז ווייל ער האט נישט ליב זיין פארטיי/רבי, בלייבט דאס איינגעקריצט אין זיין מח אויף אייביג, און ווען ער וועט עלטער ווערן און וועט זאגן אהרן טייטלבוים ימ"ש אדער זאלי פוי, קומט דאס פון א אינערליכע ווייטאג וואס מ'האט אים פארשעמט יענעם חנוכה אלץ קליין קינד.

אומזיסט » 9/12/2010 10:00

חוץ רעביאנקל, ווייסט קיינער נישט פון אזאלכע מעשיות. (און ער ווייסט עס אויך נאר פון אישי...)

און דער חילוק איז גאר א פשוטער. ווען עטס וועטס פארשטיין וויאזוי דער רבי זז"ג האט מיט א תשואת חן וחפץ לב אוועק געגבן מאנסי פארן שוואגער בשתי ידים, וועט עטס פארשטיין דעם חילוק צווישן די אהרונים און די זאליס. זאל מיר אן אהרוני קומען און זאגן, צי עס איז דא א הו"א אויף זיין רבי'ן דער ת"ח מיט די איינציגסטע שאפראנער סמיכה, ער זאל טון אזא זאך וואס זיין ברודער דער א.ג. ע"ה האט געטון. נעמליך, אוועק געבן זיינס פאר א צווייטן.

דער פאקט האט באוויזן, אז אין יעדן ארט ווי די אהרונים פילן זיך גאר באקוועם, איז דא טעראר, און מחלוקת עד אין לשער. ב"ה אז עס איז נאר דא 2 אזאנע ערטער. קרית יואל אין אמעריקע, און ק.י. אין ב"ב. און איבעראל אנדערש, לעבט זיך יעדער איינער רואיג ברידערלעך איש תחת גפנו ואיש תחת תאינתו.

דער פשט דערפון איז, די יסודותדיגע חילוק אינעם מהות פון די מנהיגים פון די 2 פארטייען, וואס דאס איז אויטאמאטיש גורם דעם מהות פונעם ציבור. הגם ביי די זאלי'ס איז עס דער ציבור וואס מאכט דעם הנהגה, כמאחז"ל מנהיג לפי הדור, וואלט איך אבער נישט געזאגט אויפן כלליות ציבור האהרונים אז זיי מאכן די פארדארבנקייט פון זייער הנהגה.

די אהרונישע הנהגה, פירט זיך אויף א מהלך פון "וכל זה איננו שוה לי". מער באריכות קאן מען הערן די דרשות פון דעם מנהל דישיבתינו הק', תשואות חן פאר די אהרונים פארן עס פארשפרייטן לכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע. ממילא, ווען עמם בבית צופאלט זייער איינגערעדטע בעלות, און עס יאווען זיך פשוט א  צווייטע האלב שטאט מיט אידן וואס ווילן לעבן רואיג, דאווענען אין זייערע בתי מדרשים, שיקן די קינדער אין מוסדות וואס עס געפעלט זיי, איז דאס א מוראדיגער קלאפ פאר די פארטיי. עס איז די גרעסטע שטויס אינעם "כל זה". ווייל עס איז דא נאך א צווייטער אויסער מיר וואס עקזיסטירט. און דערפאר, וועט מען אונטערשטעלן פיסלעך וויפיל מען קען. אלעס איז מותר פאר דעם ציל. ווייל דאס בארירט דעם סאמע נקודה און שפיץ פון די פארטיי. עס איז פונקט ווי איר זאלט - פאר די זאליס -  פוגע זיין חלילה אינעם רבין זי"ע באיזה אופן שיהיה.

ממילא, וויבאלד עס באדערט זיי נעבעך אזוי שטארק יעדער מין מציאות דלא כדכוותייהו, און זיי טוען כל טצדקי שבעולם עס צו פארשטערן. מיינען זיי, פון זייער קוק ווינקל, אז פאר די זאליס אין ווילי לדוגמא, באדערט אז די אהרונים האבן זיך אפגעטיילט. זייער שכל איז נישט משיג דער מציאות, אז די זאליס זאגן פאר די אהרונים: "גייט אייך געזונטערהייט, מאכט מוסדות בנינים ישיבות כוללים בתי מדרשים, א.א וו. אדרבה, מאכט שבת פאר זיך, נאר מיר לאזט אפ, וואקט אוועק פון דא לחיים ולשלום". אזא סטעיטמענט גייט זיי נישט אריין אין קאפ. ס'טייטש?  ווילסט מיר זאגן עס גייט דיר נישט אן אז איך האב מיר אן אייגענער מוסד? זיי קאנען דאס נישט גלייבן. "וויאזוי איז עס אז מיר גייט אזוי שטארק אן יעדע סאדע מאשין אין מאנרא וואס באלאנגט נישט צו מיר, און זיי בארירט עס נישטאמאל?"

לו חכמו ישכילו זאת. וואלטן זיי פארשטאנען ווי נאריש עס הערט זיך פאר יעדן בר דעת, צו זאגן אז די זאליס מסר'ן זייערע בנינים וכדו'. זיי מיינען נעבעך אזוי  שטארק אז זיי שטערן איימיצן. דער אמת איז, אז די אלע אזאלכע מינע פיקציעס, איז ליידער באזירט אויף אמת'ע פאקטן. די בלאט שרייבער שרייבן, און די חלה דעקלעך גלייבן, אויף א וועג וואס זייער מח איז געוואוינט צו טראכטן. זיי פארשטייען, פונקט ווי ביימיר איז א גאנצער געווינס ווי איך קאן יענעם טארפעדירן און מצער זיין, און פונקט ווי איך שיק פייערלעשער און ווייעלעישאנס ביי יעדע זאלי מסיבה, מסתמא טוען ד זאליס דאס זעלביגע צו אונז.

אומזיסט » 9/12/2010 10:19

סאו, איך האף דייקן, אז דו כאפסט שוין פארוואס איך וואלט פארגעצויגן ענדערש צו שיקן אין א מוסד וואס דו וועסט האבן טענות אויף מיר פארן אהין שיקן, כדי מיינע קינדער זאלן ערצויגן ווערן צו געבן געלט אפילו פאר קינדערלעך וואס לערנען אין א מוסד וואס זיי האבן טענות צו די עלטערן פארן זיי אהין שיקן. ווי איידער צו שיקן אין א מוסד וואס לערנט אויס זייערע תלמידים דוקא נישט אזוי צו טאן.

און דאס איז אויך געווען דער תירוץ וואס איימיצער האט דיר אויבן געשריבן, און מאיזה סיבה האסטו עס נישט אויפגעכאפט. העטן ווען די זאליס געווען פונעם זעלבן טייג געקנאטן ווי די אהרונים, העט ווען רעביאנקל באקומען אין אישי יעדן טאג אשכולות צו עפענען איבער אזאלכע פאסירונגען.

פארשטייסט? טעראר איז בעצם א 2 וועי סטריט. דאכט זיך אז אפילו מיר וועלן זאגן אז עס איז דא עטוואס מער אהרונים אין מאנרא ווי זאליס, איז אבער עקסטרעמיסטן דא גענוג פון ביידע פארטייען. דאס הייסט אויב וואלט זיך עקסטרעמיזם ביי די זאליס פארטייטשט פונקט ווי ביי די אהרונים, וואלטן די צאל באטראפענע קינדער וואס גייען נאך געלט פאר די אהרונישע מוסדות, גאנץ מעגליך איבערגעשטיגן די צאל קינדער וואס זענען יעצט די געטראפענע. נאר וואס דען? ביינונז איז דאס נישט דער וועג. לא כאלה חלק יעקב.

ולעולם תהיה מן הנרדפין ולא מן הרודפים.

דייקן » 9/12/2010 17:06

צום אלעם ערשטן סענעטאר, די האסט געטוהן גאר א שיינע מידה, אפילו דיינע אינערליכע געפילן האבן דיר געצויגן צו טוהן דאס פארקערטע, דאך האסטו נישט געוואלט טשעפען דעם קינד, זייער א שיינע מידה, ממך ילמדו. 

לענינינו, די דיסקוסיע האט זיך דא אנגעהויבן, אז די קינדער פון בני יואל / ויואל משה ווערן געטשעפעט ווען זיי גייען נאך-געלט ביי די הייזער פון חסידי מהר"א. איך האב צוגעלייגט מיין פאר סענט, אז מעגליך זאל איינער פארשטיין אז די טענות זאלן גיין אויף די עלטערן פון די קינדער וועלכע שיקן זייערע קינדער אין דעם מוסד, און צוגעלייגט די סיבה פון חסידי מהר"א, וויבאלד זיי האלטן אז דאס זענען גע'אסר'טע מוסדות. און אפילו צוגעגעבן אן עצה דערצו, אז די עלטערן קענען צושטעלן א ליסטע פאר די קינדער, און אזוי פארמיידן די אומאנגענעמנליכקייטן.

אצינד בנוגע מבזה זיין, דאס איז טאקע גאר א שלעכטע מידה וועלכע איז ליידער אריינגעכאפט אין אלע צדדים, און מ'קען קיין צד נישט דא אויסלאזן, איך גיי דא נישט ברענגען צענדליגע עפיזאדן וועלכע שפילן זיך דא טעגליך אפ, נאר איין געשיכט וועלכע מ'ברויך נישט דא צופיל ארוממישן, אז איינער מחסידי מהרי"י האט אין די לעצטע טעג גענומען א בחור מחסידי מהר"א אויפן צימבל, און אים מבזה געווען מיט ממש דאס ארגסטע. ודי בזה.

אלזא, עוולות, און טשעפערייען ווערן געטוהן דורך ביידע צדדים צוגלייך, און נאכאמאל איך גיב קיינעם נישט גערעכט פארן טשעפען, אבער אויב איינער וועט פארשטיין די סיבה פארוואס צד בני יואל / חסידי מהרי"י מעגן טשעפען און מבזה זיין א בחור פאר סיי וועלכע סיבה, זאל ער פארשטיין אז חסידי מהר"א האבן אויך סיבות, וועלכע איך האב שוין פריער אויסגערעכנט. און נאך.

איך ערווארט אן הודעה.

_________________

בלאט: 1 2