היינט צופרי האט אויסגעבראכן א פייער אין א"י צוליב די טרוקעניש וואס הערשט דארט און די שווערע ווינטען האט זיך דער פייער צושפרייט זייער שנעל, די פאליציי האט שנעל אוועקואירט 6 דערפלעך אין געגנט אזוי אויך א ריזיגע טורמע פון 750 אראבישע מחבלים, ריזיגע כוחות פון פאליצצי און פייער לעשער זענען דארט און דער פייער איז נאך נישט אונטער קאנטראל, א שרעקליכע טראגדיע האט פאסירט ווען א באס מיט פאליציי און טורמע וועכטער אויפן וועג צום טורמע וואס מען האט אוועקואירט האט זיך איבער געדרייט אבער ביז די הצלה זענען אנגעקומען האט דער גאנצער באס שויען געווען פארכאפט אין פלאמען פון די שרעקליכע פייערן און ר"ל 50 אידן ליידער פרייע אידן אבער אידן זענען אומגעקומען מיט א מיתה משונה פון שריפה.
דער פרעמעניסטער פון מדינת ישראל - וואס האט נישט קיין גרויסע ארפארונג אין פייער'ס- האט יעצט געבעטן הילף פון אנדערע לענדער ווי רוסלאנד וואס האבן געהאט שווערע פייערס דעם זומער.
ביזדערווייל איז דער פייער נאכנישט אונטער קאנטראל און יעצט האט מען אנגהויבן צו אוועקואירן חלקים פון די שטאט חיפה און טירת הכרמל, אזוי אויך א גרויסע גן החיות אין געגענט
בשורות טובות























