http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=22071
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=22071
איך האלט אז נישט, רוב ספרדים אין אמעריקע גייען אזוי, אבער זיי זענען שטארק מיט זייער מנהגים, נאר איין פראבלעם איז דא, אביסעלע שכל......
תוקן על ידי מאטקע ב- 01/12/2010 17:54:23
|
פעילן, איך זעה דו קענסט נישט די אר"י ספרדים\פרענקן. פון זיי רעדט מען. לדוגמה, ש"ס שעמט זיך נישט צו זאגן אז זיי לערנען ליב"ה. זיי זענען אויסגעשפראכענע פארדארבענע אידן ליידער, איך האב נישט יעצט די געדולד און צייט אפירצוזוכן אלע נייעסן ארום זיי, אפשר שפעטער.
און סקאט, דו פארשטייסט אויך וועמען מען האט געמיינט, און דעם רבין'ס נקודה איז זייער פשוט:
"איך האלט אז ס'איז נישט קיין יושר אז די שוואכע אידן מיט די טשופ'ס עסן מער מהודרדיגע פלייש ווי מיר חסידישע אידן מיט די ברייטע הוטן".
א גערעכטע טענה.
נישט אז ס'איז חלילה דא א חשש אויף די אנדערע פליישן מטעם זה, דאס איז בלויז א זייטיגע נקודה איבער א הידור אין די סאטמארע נייע שחיטה.
|
משהלע, הער איבער די דרשה.
די רבי האט "נישט" גערעדט דעמאלס לגבי איסורים פון נבילות וטריפות, און אפילו נישט קיין שום חששות, (אזוי ווי די ערשטע ענין וואס מהאט גערעדט וועגן די בוקי סכינים), ער האט גערעדט פון א זייטיגע הידור וואס ער האט פריוואט געהאלטן אז ער וויל דאס האבן, ווייל אויב די שוואכע אידן ערלויבן זיך דאס, קומט זיך דאס אונז אוודאי.
און ניין, מען האט נישט געמיינט די ערליכע ספרדישע וועלכע זענען מהדר בכל המצוות, די אויסדרוק פארשטייט יעדער האט געמיינט דאס וואס אפילו די טויזנטער שוואכע ספרדישע אידן, א גרויס טייל גאר גאר שוואך, עסן אויך די סוג א', נישט ווייל זיי זענען מהדא אין כשרות, נאר ווייל עס איז אזא "נאציאליזים". אזוי איז די מציאות, זיי זענען נישט אזוי מקפיד אויף איסורי תורה, ווי אויף שחיטת ב"י.
לאמיר ברענגען א שטיקעל פאקט, אין ארץ ישראל ביי די שחיטה פון די עדה, פלעגט מען דן זיין אויף יעדע סירכה, און מ'האט געניצט אפילו נישט גלאט(ווייל מ'טאר נישט פארקויפן טריפה פאר פרייע), פלעגן זיך די קהלות רייסן צו באקומן די בעסטע פליישן וואס האט נישט קיין שאלות,(און דאס איז איינע פון די סיבות פאר וואס בעלז איז אוועק פון די עדה), דא אין אמעריקע איז ב''ה אלעס גלאט(ביי מילמארט) דאך פלעגן די גאר היימישע בוטשערס בעטן(אומאפציעל) די אזוי געריפענע בית יוסף פליישוואס מ'פלעגט עס רופן סוג א'
זאגט מהר''א אז זייט מ'האט אויפגעשפילט די בית יוסף פלייש קויפן עס די אמעריקאנער ספרדים וואס האבן עס קיין מאל נישט געבעטן און די היימישע חסידישה בוטשערס באקומען סוג ב'
נאר ווי גאזאגט ווען מ'רעדט דארף מען נוצן אביסעלע........... שכל
מיר הערן אייער מיינונג, הרב מיעל מארט
תוקן על ידי געגאנגען ב- 01/12/2010 23:30:18
|
ביסט גערעכט מיט ביידע זאכן אז דער ברייטע ביבער היט בעט, און א טשופ'יקעס צאלען, באקימט ער עס נישט, וועגן די עדה האב איך געשריבן ''פלעגט',' זיי זענען נישט געשלאפן נאר אנגהויבן שחטן (מונחת)איבער די וועלט,(די איינציגסטע וועם איך זעע שלאפען זענען די זאלונים), ווען איך זאג גלאט כשר מיין איך (אזוי ווי די ברך משה האט געזאגט) וואס מ'רופט אן גלאט כשר.
וועגן אריגוויי האב איך שוין געשריבן, "ברם יזכר אותו האיש רבינו מהר''א שליט''א לטובה, וואס א דאנק עם הייבט מען אן וויסן וואס עס טוט זיך אין די בית השחיטות, וואס איז שוין פארהאקט די טירן די לעצטע דרייסיג יאר (זינט פרשת קאשוי) פאר רבנים און סתם מענטשען, און ווען עס מאכט זיך א שאלה הייבן די רבנים נישט צו וויסן די מציאות און ווען די בעל מכשר געט ארויס א תשובה להכשיר איז די זאך ארלעדיגט."
א פרייליען חנוכה