קונטרס "סאטמאר בתפארתה"
פאר איר הייבט אן צו ליינען דעם ביכל איז ראטזאם צו וויסן אז דער ביכל איז געאייגנט נאר פאר א געשוואוירענע אהרוני וואס זיין ציל איז בלויז צו הייבן די מאראל און זיך גוט שפירן אז זיי האבן אבאנטש בילדינגס אין אבאנטש קינדער, זיי שרייבן מפורש אז די אהרונים קהלה איז א המשך צו די רבנות אין ארשיווע, ממש! און דער אהרוני ליינט עס מיט פארגלייזטע אויגן אזש מ'שפירט ממש אז ר' זלמן לייב עקזיסטירט נישט! ס'ממש גארנישט מעגליך אזא מין מציאות אז אפשר איז די זאלי קהלה גאר די המשך צו די רבנות אין ארשיווע, בקיצור מ'ווערט גארנישט קלוגער פון דעם ביכל, קיין שום פרישע ידיעות, גארנישט, סתם בייבישע פראפגאנדע, בלאט/איד מעשיות.
ממילא ווען איך זעה אזא סארט קונטרס קוק איך עס אן מיט מיינע סארט ברילן, און איך מיין קיינעם צו טשעפען,
איך פארשטיי סקאט זייער נארמאל. ער ווער נישט עקסיידעט פון פארענטשעס, לעלוס אדער מאטארקאדע. איז וואס. ער רעדט זייער ציערזאך און מ'מוז עס נישט אראפרייסן.
דער אמת איז אז דאס ביכל איז טאקע זייער א געלוגענע ארבעט, אבער עס איז דאך נישט פאר יעדן איינעם.
עס זענען פאראן מענטשן וועלכע קומען צו כ"א כסלו נאר צו הערן דעם רבינ'ס דרשה.
עס זענען פאראן מענטשן וועלכע קומען נאר זיך צו טרעפן מיט חברים און גוטע פריינט פון אמאל.
פאראן אזעלכע וועלכע קומען ווייל מ'קען נישט בלייבן אינדערהיים כ"א כסלו.
עס זענען פאראן אזעלכע (מסתם נישט קיין סאך) וועלכע קומען ווייל זיי פרייען זיך עכט מיט'ן רבינ'ס הצלה.
און אנדערע קומען אז עס זאל אסאך מענטשן...
ממילא איז זייער נארמאל פון סקאט צו עקספרעסן זיין מיינונג, אז ער לאכט פונעם ביכל, און ס'איז העכסט ערווארטעט אז צווישן א גרויסע מאסע מענטשן, איז פאראן אלערליי מיינונגען,
כאף יעצט האסט שוין קלארער ארויס מיין שטעלונג, און אנטשולדיגט פאר די מיספארשטענדעניש
ישר כח סקאט פאר קלאר שטעלן דיין שיטה און מקיים געווען והייתם נקיים
ווייל איך האב שוין געהאט גרייט א תגובה צו שיקן
און אויב איז עס כדבריך אז דו האסט אין וועם דו קלעבסט און ווער ס'איז דיין מורה דרך, מה טוב ומה נעים, קיינער זאגט נישט אז מען דארף האבן א מורה דרך וואס האט טויזענטער חסידים, מען קען האבן א מורה דרך וואס האט נאר צען חסידים אזוי לאנג ווי ער פירט דיר בדרך התורה, און זיין ציל איז נישט צו ברעכן יענעם
מיט דעם האלט איך ווי דיר אז סאיז באמת ב"ה נאך דא ערליכע אידן פין וועם מקבל צי זיין א ברכה אין דרך אין עבודת השם אבער א רבי א מנהיג איז שוין ליידער נישט דא לאמיר האפן אז מיר זענען שוין אין דעם דור פין ביאת משיח וואס די גמרא שרייבט שוין ליידער ווי אזוי סוועט אויסקיקן אינזער דור לאמיר האפן אז סוועט שוין לאנג נישט נעמען ביז מיר וועלן מקבל זיין משיח בב"א
תוקן על ידי nys10952 ב- 30/11/2010 22:24:35
נאר וואס, איך וואלט גענומען דיינע פריערדיגע קוילן און אויסגעדרייט צו צבי הירש און די אנדערע ה"פ שרייבער וואס זענען ביזי מיט משנה זיין
פון איין זייט שטייט א רבן של ישראל א גדול בתורה, מנעוריו איז ער געווען מאוכלי שולחנו פון רבין ז"ל יעדן שבת צופרי, ביי די אכט יאר האט אים שוין די רבי געגעבן הוראות ווי אזוי זיך צו פירן (גלעזער שבת), דער ליעזשער רב פון לאנדאן וואס האט זיך אסאך געדרייט ביים רבין (ער פלעגט שרייבן די סוגיות נאך פארן שאפראנער) דערציילט ווי ער פלעגט קוקן מיט קנאה, אז אין צייטן וואס קיינער האט נישט געטארט זיין אין שטוב זענען דעם סיגעטערס רב קינדער אריין און ארויס ווי אייגענע קינדער (דא רעדט מען אין די י' יארן, מיינענדיג רבינו שליט"א און זיין שוועסטער ע"ה)
בקיצור, דער רבי וואס איז געזעסן ביי אלע סוגיא שיעורים, ועוד ועוד, און נאך אזויפיל מקבל געווען פון רבין ז"ל ווי שלמה יענקל געלבמאן (וואס געדענקט קוים דעם רבין פון די געזונטע יארן), און אליין נסמך געווארן להוראה דורך גדולי תורה פון פריערדיגן דור, ווי דער שאפראנער רב ז"ל דער קאפישער רב ז"ל, א רב בישראל וואס האט געפסק'נט אבהע"ז שאלות פאר דרייסיג יאר צוריק (ר"מ פיינשטיין דערמאנט אים אין איינע פון די תשובות), א תופס ישיבה עטליכע און דרייסיג יאר, א רב פון א שטאט קרוב צו דרייסיג יאר.
ער באשליסט אז ס'איז וויכטיג צו מאכן שחיטה מונחת, און דאס איז דער הידור פון כשרות
קומען א פאר הערינג פרעסער, מקוה פיס קראצער, און שרייען כל המשנה וכו'
ס'האט דיר איינער געפרעגט?
עס שטייט שוין אין די גמרא אז "אין לנו להשען" און אז ס'איז מער נישטא קיין מנהיגים. דאס איז מיט קארגע 2 אלפים יאר צוריק.
אין אלע דורות האבן אלע צדיקים געשריגן און געוויינט אז מ'האט מער נישט קיין מנהיגים.
די קרעציגע בני יואל האבן זיך עפעס געמאכט א תורה אז דער רבי זאגט "איש כל הישר בעיניו יעשה" אז אזוי דארף טאקע צו זיין היינט.
נישט אומזיסט איז די בני יואל נעבעך געשלאגן מיט אזא הויכע פראצענט דראפ-אוטס, פארדארבענע קערנדלעך ביי די אינגלעך און מיידלעך.
השם ישמרנו מהם ומהמונם.
אלענפאלס, עס איז זיך נישט געקומען אראפצורייסן סקאט.
איך האב לגמרי נישט אראפ געריסן דעם סקאטמאלען, אדרבה, לבי מרחם עליו, איך שוין עם פאר נישט טרעפן סיפוק אין סאטמאר, (אויב ער איז באמת א סאטמארער חסיד ותלמיד), ער האט אראפ געריסן א ביכל וואס איז עם נישט צום הארצן, פארוואס? איך האב קיין השגה, דאס ביכל איז א בלויזער רעקלאמע אויף די אויפטוהן פון אונזערע מוסדות הקדושים, דאס איז אבסעלוט נישט קיין סתם פראפעגאנדע, נאר א רעקלאמע און א מארקעטינג אדווערטייזמענט פאר דעם דינער, מען בעט געלט פונעם ציבור, איז נאר ריכטיג צו שרייבן און ווייזן ווי די געלטער גייען, און וואס האט מען שוין אויפגעטון אין די לעצטע יארן, כך דרכו של עולם, און שרייען אז דאס איז לעלוס און פראפעגאנדע איז נישט ריכטיג,
אוודאי האט סקאטומאלען פונקט ווי יעדער א רעכט צו זיין אדוק צו סיי וועלעכן ערליכן איד, און ס'איז ב''ה לא אלמן ישראל, עס דרייען זיך נאך ארום בתוכינו ערליכע אידן, וואס זענען לאו דווקא גרויסע רביס מיט מוסדות און טויזענטער חסידים, און אויב זיין הארץ ציט עם צו זיי, איז תבא עליו ברכה, אבער דאס טוישט נישט "סאטמאר", סאטמאר איז א וועלט אימפעריע, און מען קען זיי נישט מדמה זיין צו אנדערע רבי'לעך, אויב גלייכט ער מער די הקפות ביים קאסעווער רבי, אדער ביי רבי יחזקאל ראטה נו, ווער האלט עם צוריק?, אבער דאס מיינט נישט אז ווייל זיי האבן נישט מער ווי הונדערט אידן און האבן נישט קיין ברענטשעס, דארפן די סאטמארע רבי'ס אויך פירן אין א קליין בית המדרש אן קיין ברענטשעס, קיינער זאגט נישט אז די אויבן דערמאנטע צדיקים זענען עפעס ווייניגער, נישט ברענטשעס אדער טויזענטער חסידים מאכט איינעם גרויס, נאר מעשיך יקרבוך ומעשיך ירחקוך, און פונקט אזוי ווי מען קען זיין א צדיק גדול מאוד אן קיין ברענטשעס, מאכט נישט די ברענטשעס קיינעם אויס צדיק,
דער אמת איז אז ס'זענען אלס געווען וואוילע מענטשן אין סאטמאר וואס האבן אפשר נישט געהאלטן קדוש קדוש פונעם ברך משה אדער פונעם היינטיגן רבי'ן שליט"א, און דאס איז קיין שום פעלער, אבער ס'האט זיי קיינמאל עולה על הדעת געווען צו אפשפעטן אדער רעוואלטירן קעגן די קהלה אין די רבי, ס'האט קיינמאל נישט בייגעפאלן צו זיין דער דעה זאגער וועלכער רבי איז פאלש, און קומען זאגן מבינות אויפן גאנצן דור, פונקט די "הערינג-פרעסער און מקוה פיס קראצער" זיי זענען געווארן די מומחים אין די זאכן, און זיי האבן זיך גאר געהאלטן שפיציגע חכמים ווען זיי האבן מיט אזא צינישן שמייכל מיט די הענט צאמגעלייגט אויף די אחוריים, געגעבן א שפעט אפ פון אלעם, פאר זייער קינדער, און זיך גאר געשפירט ווי וועלטס חכמים, איך האב שוין לאנג אייגעזען אז די יסוד פון בני יואליזם קומט פון חוסר שכל,
קען זיין אז ס'זענען דא פאלשע רבי'ס, אבער כל זמן די ביסט נישט אינעם קאליבאר ווי רבינו ז"ל, ס"ה ביסטו להבדיל א "הערינג-פרעסער און מקוה פיס קראצער", האסטו נישט די פלייצעס צו וויינען מיט רעבעזיכרונעליווראכע טרערן אז ס'נישטא קיין ערליכע מנהיגים.
נאר זאסט פאר די רעקארד'ס ב"י האט גארנישט גערידערט אקען דעם רבי'ן די ברך משה ביז די פרשה פין די רבנות אין ק"ינאך מער לעצטענס האבן זיי ארום געשיקט אויף די פאסט א ביכל וועגן די סידור קדושין פרשה רעדן זיי דארט נישט קיין ווארט אקעגן דעם ברך משה אפי' יעדער איז מודה אז זיי האבן אריינגעכאפט גיטע מכות פין עם (סאיז זיך זיי געקימען גאנטץ גיט.... איך רעדט נישט יעצט פין דעם) אבערביי די פרשה פין די רבנות האבן זיי לויט זייער מיינוג געהאלטן אז אזא איינער טאר נישט ווערן רב מאיזה סיבה שהיא צי וועגן וויזניץ עברית א. א. וו. האבן זיי נישט געוואלט אנעמען זיי רבנות אבער צי קימען זאגן אויף א ציבור אידן אזעליכע ווערטער איז נישט אויס געהאלטן זיי זענען בכלל נישט דע סארט מענטשן זיי מאכן קיינעם נישט אוועק זיי האבן זייער מיינונג לגבי מהר"א אבער אנדערע רבנים אדער ערליכע אידן קיינמאל אין קיינמאל האט מען נישט געהערט ביליגע ווערטער אויף רבנים ווי א שטייגער למשל פאסט טרעגער אויף א דיין אפי' דער דיין האט זיי ג'אסרט אין מצער געווען
|
די מערכה קעגן ברך משה האט זיך אנגעהויבן בחיו פין רבי'ן ז''ל כדיוע
און האט האט זיך פארשטערקערט נאך די פטירה פין רבי'ן ז''ל
אין ביי יעדע זאך אויף וואס זיי האבען זיך געקענט ארויפכאפען האבען זיי געמאכט איבערקערנישן, אין דאס איז געווען זייער גאנצער ציהל
ביז תשמ''ט ווען די גדולי הדור בראשות רבינו בב''מ ז''ל מיטן מנחת יצחק ז''ל ובית דינו זענען ארויסגעקומען מיט א שארפע איסור קעגן זייער נייע מוסד
אוודאי היינט צו טאגס פראבירן זיי צו שרייען אז זיי האבען גארנישט געהאט קעגן ברך משה ז''ל, - אבער ס'איז א שאד צו פארדרייען פאקטן
ווער געדענקט דען נישט ווען די בני פיגא האבען אים 'געקלאגט' אין קארט, אין ביז זיין לעצטע טאג ווען זיי האבען געמאכט פראטעסטן לעבן די אוהל הק' אין בית החיים.
ס''ה ווילסטו ריינוואשען דעם בועט באביו פאר חנפנ'ן מענטשן וואס האבען געטרונקן בלוט פין זיין טאטע, אבער ס'איז באמת א שאד
אין וועגן זייער מיינונג אויף רבנים היינט צו טאגס
איך זעה נישט וואס די האסט פין סתם שרייבן שקר
כ'רעדט שוין נישט פין קעציל פרעצל, כ'רעדט פין די ניוויל פה קעגן יעדן רב וואס מ'פלעגט מנוול זיין אין יד פארשפארטע ווערצהויז בבית הרבנית ע''ה
די טעוועלע האט אויך נאר געמיינט רבינו שליט"א?
די איבערקערעניש ביי קרית ויואל משה האט אויך נאר געמיינט רבינו שליט"א?
די גאנצע מערכה ביי די ירושה פון רבין ז"ל האט אויך געמיינט רבינו שליט"א?
די בריוו ווען דער ברך משה איז געפארן קיין א"י תשל"ח האט עס אויך געמיינט רבינו שליט"א?