אין דעם אשכול האבן געשמועס סך הכל 5 מענטשן, דריי זאלוינים און 2 אהרוינים.
די דריי זאלוינים סעלפאן, ספרינטער און פריש (איך בין נישט זיכער אז סעלפאן איז א זאלי), האבן גערעדט בלויז טעכניש, קיינער פון זיי האט נישט געפנען זיי א מערכה קעגן קול מבשר, נישט פראבירט צו צוברעכן, וכו'.
די אלע שימפעריי איז דמיונות, אדרבה ליין איבער יעדעס איינציג תגובה און טרעף מיר ווי זיי פירן א מערכה אדער פראבירן אים צו צוברעכן.
יעצט צו דיין תגובה. מען קען מאכן א ברכת שהחיינו בשם ומלכות! עס איז א ערשטע מאל אין היסטאריע וואס דיין שנאה אנגעפיקעוועטע ניק נעמט זיך אן פאר "א זאלי" (די פראבירסט דאך אים צו פארקויפן אלס א זאלי)... דאס אליינס צייגט אז די זאליס זאגן אמת ווען זיי זאגן אז ער איז א אהרויני. ווייל אין די היסטאריע האט נאך נישט פאסירט אז די זאלסט זיך אנעמען פאר א זאלי, אדרבה די שמימפסט בשמוצט און באזידלסט אפילו ווען יענער איז גערעכט...
איך אליינס קען נישט אפשאצן צו ער שטיפט די אהרוינים מער ווי די זאליס ווייל איך קען נישט די אינערליכע פאליטיקס. איין זאך איז זיכער, אז די אהרוינישע האק אפס זענען זויבער קלאר און די זאלוינישע האק אפס זענען זייער נישט קלאר. ווער עס איז שולדיג אין דעם? איך ווייס נישט.
נאך א נקודה, ווען עס איז דא א מצב ביי די אהרוינים וועלן ע"פ רוב זיין גענוג ליינס און ביי די זאליס וועלן זייער אסאך מאל די ליינס זיין ביזי. ווער איז שולדיג דערויף? איך ווייס נישט
די איינציגסטע טענה וואס די זאליס האבן דא ארויסגעשטעלט קען אים איז אז אינמיטן ר' אהרן'ס דרשה האט זיך די ליין אפגעהאקט... ווער איז שולדיג דערויף? די זאליס אליינס זאגן אז די אהרוינים האבן דאס דווקא געטון...