די אהרונים האבן אנגעהויבן א ברעינוואשינג קאמפיין מיט די ציפערן פון די סאטמאר'ע מוסדות איבער די גארער וועלט. עס איז א ליצנות זיך אפילו צו באצוען צו זייערע דברי הבל ורוח, געבויעט אויף אפאר בלאט שרייבער און מח וואשער.
דער אמת האט זיי אבער געפלאצט אין פנים, ווען ביי א מסיבה וואס זיי האבן געמאכט פאר די מיידלעך אין בארא פארק מיידל שולע, האבן זיי אנגעהויבן ווייזן סליידס אויף די כלי. די סליידס זענען געווען אין א רייע אנגעהויבן פון רבין זצ"ל דערנאךפון רבין דער ברך משה (א אמעריקאנע המצאה). דערנאך האבן זיי אנגעהויבן צייגן מראות קודש פון דעם קרית יואל'ער עם הארץ, אזוי אז די מיידלעך זאלן זיך אנזאפן מיט קדושה זעענדיג זיין הייליגע צורה, וואס עס איז קיין ספק נישט אז א מיידל וואס וועט דאס זען וועט קיינמאל אין איר לעבן נישט גיין אנגעטון אזוי יום טוב'דיג, און אוודאי נישט שיקן הונדערט טעקסט מעסעדזשעס אין איין מינוט.
ווי שאקירט זענען זיי אבער געווארן ווען ספאנטאן האבן זיך איבער א האלב פון די מיידלעך גענומען האקען און יאקען די קולות הוווווווווווו האט פארדינט דאס זייניגער און זיי האבן, ווי פארשטענדליך, גלייך אויסגעלאשן דעם סקרין און געמוזט פארענדיגן די מסיבה צוליב דעם וואס דער זאל האט זיך איבערגעקערט פון די חרפות און בושות.
אצינד זיצן די אהרונישע קארפן קעפ ביי מלכות-וקסברגר און פרובירן אהערצושטעלן א פרישע דיאגראם פון א טייטלבוים וואס ענהאלט זיך נאך פרישע פינעף הונדערט מיידלעך אין בארא פארק, צו פארדעקן זייער דורכפאל...