יעצט האבן זיי געכאפט ר' זלמן לייב מיט א געוואלדיגער איסור פון טאנצן ביי א הכנסת ספר תורה בתוך י"ב חודש פון זיין מאמען (זיי האבן פארגעסן אז דער ע"ה האט געטאנצן מיט מוזיק בתוך שלושים פון זיין טאטען וואס אויף דעם איז נישט דא קיין שום היתר, אבער לאמיר פארקוקן). קומען די חסידים פון ר' זלמן לייב און זיי צייגן אן אז דער ע"ה האט געטאנצן אין לאנדאן ביי א הכנסת ספר תורה בתוך י"ב פונם מאמען... ווערט נולד א חידוש נפלא ונסתר "א אמעריקאנע המצאה" אז די איסור איז נאר אויפן טאנצן אהין און צוריק, משא"כ ר' אהרן האט געטאנצן אויף איין פלאץ (אויך א שקר, אבער לאמיר פארקוקן)...
גייט אריבער עטליכע טעג און די אהרוינים פארגעסן שוין פון זייער חידוש אז טאנצן אויף איין פלאץ מעג מען און זיי קומען שוין ווייטער צו גיין מיט די געוואלדיגע עבירה וואס ר' זלמן לייב האט געטון אזאש ער האט געטאנצן כ"א כסלו... קומען די זאליס און ענטפערן קוק דיך אין שפיגל דיין רבי האט דאך געטאנצן ומה לך להתלונן (איך פארשטיי נישט פארוואס די זאליס לייגן נישט ארויף די היתר בכתב)... קומען די אהרוינים צוריק מיט "א פרישע אמעריקאנע המצאה"... טאנצן נישט אנגעכאפט איז מותר... די איסור איז נאר טאנצן אנגעכאפט...
איך האלט אז ס'איז צייט ארויסצוגעבן א שאלות ותשובות "אמעריקע"...