דאס גאנצע וואס מ'האט שווארץ אויף ווייס איז א ליסטע מיט נומבערס גארנישט מער, און איין ליסטע שטייט אז די אהרונים האבן 4000 און די אנדערער 5600, דאס זענען די פאקטן די איבעריגע דארף איך מיך סומך זיין אויף די עקספערטיז פון היידפארק ניקס,
למשל
דאס אז אין די ארונים ליסטע איז אויך נכלל די תורה'לעך, דאס זעה איך נישט אויפן לינק נאר א היידפארק ניק
דאס אז די זאליס איז נישט נכלל ישיבה גדולה, דאס זעה איך נישט אויפן לינק נאר א היידפארק ניק
דאס אז ס'נאר ביז 16 יאר, דאס זעה איך נישט אויפן לינק נאר א היידפארק ניק
דאס אז איין ליסטע איז מער קראנט ווי די אנדערע, דאס זעה איך נישט אויפן לינק נאר א היידפארק ניק
ממילא גיי ווייס...
איך זיך נישט צו אפווענדן קיינעם אדער זיך טענה'ן, איך זיך פשוט צו פארשטיין, און אז איך ברענג ארויס א פוינט אדער א לינק וואס ווייזט אנדערע ציפערן מיינט נישט אז איך וויל איינעם אפווענדן איך ברענג נאר אראפ אלע פאקטורן און אזוי וועל מיר איניינעם פארשטיין בעסער, קען זייער מעגליך זיין אז די זאליס האבן טאפעלט קינדער און זייער וומ"ב מוסדות, און איך האב קיין שום פראבלעם צו מודה זיין,
אויסערדעם, צו די ציפערן פון די קינדער און די מוסדות איז א מעסטער פאר די פראצענטן פון ארונים/זאלוני אין וומ"ב בכלליות, איז א באזונדערע דעבאטע, למשל ווי ווייט איך ווייס אין מונרו זענען די ארונים אין די מוסדות כמעט 75% אויף די זעלבע לאנטש פראגראם ליסטע, און ביי די וואלן זענען זיי מערסטנס 60%, ס'דא אפי' אסאך זאליס וואס האלטן אז זענען 50% אין מונרו, נו וויזוי שטימט עס מיט די לאנטש פראגראם? אלא מאי איז עס אזוי, אז דער אלטער עסטעבלישט מוסד וועט אלס האבן א גרויסע אויבערהאנט, אפי' וואס למעשה זענען די עצם עלטערן קענען זיין מער די וואס האבן זיך פורד געווען, "נאר א סברא איך נישט צו אפווענדן"