אונטערן איינדרוק פונעם ריזיגן כינוס המשולשת, וועלכע האט צוזאמגעברענגט אזויפיל טויזנטער טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער נוי יארק, איז היינט א טאג וואס אנשי שלומינו פרעגן זיך: איז טאקע נישטא איינמאל פאר אלעמאל א לעזונג צו די צענדליגער יארן'דיגער פראבלעים פון מאנגל אין פלאץ און אין סערוויס פארן ריזיגן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר?
די איינדרוק איז אייגטליך הויפזעכטליך מער געיהלט צום אינהאלט פונעם געוואלדיגן מעמד, מיט די פילע קאכעדיגע דרשות, די געהויבענע ריקודין פון אזויפיל רבבות אנשי שלומינו. אבער מען קעין זיך נישט פארהוילן פון בארירן דעם לאנג יעריגן פראבלעם.
ווער עס איז נאר ארויס צו די קארידארן אינמיטן דעם מעמד, האט זיך אנגעשטויסן אין הונדערטער, און טויזנטער(!) וועלכע זענען אנגעקומען צו א פול געפאקטן זאל, און נישט געקענט טרעפן וואו זיך צו פלאצירן, אין דעם ריזיגן ברייטן זאל.
די היץ אין זאל איז געווען עפעס א אומערווארטעטער ערשיינונג, אויף וואס די עסקנים האבן מסתמא ניטאמאל זיך פארגעשטעלט, אז אינמיטן א פראסטיגן נאכט, אין א זאל וועלכע איז ברייט אפן מיט א טויער צום קאלטן גאס, זאל זיך אראפלאזן אזא היץ, אין רעזולטאט פון דעם מענטשליכן מאסן שטראם.
און צו די פראגע האט אן ענטפער, איז אליינס א שאלה.
וואס איז אמאל זיכער, אז דער ענטפער איז פארן עולם נישט בייגעפאלן: פארלאזן דעם זאל...
אין קעגנזאץ צו וואס איך ליין אין א צווייטן פארום אז אין וועסטערן פלאזא האט זיך קע"ה געטוהן א גרויסער שטראם אויף ארויס די גאנצע צייט(...), איז דער סאטמארער ציבור אנדערשט געוואוינט, און דער ציבור קוקט ארויס אויפן הויכפונקט פון יעדן מעמד, וואס דאס איז נישט דער חזן, און נישט דער שפילער, און אויך נישט קיין עמאציאנאלע פארשטעלונגען וכדומה, נאר דאס איז די דברי אלוקים חיים וואס רבינו שליט"א איז משמיע ביי די צענטראלע דברות קודש, באטאנענדיג אלע דברים בעומדים על הפרק, לדעת את המעשה אשר יעשון, און אנצוקומען צו דעם הויכפונקט זענען געזיצן אלפים ורבבות אידן אין די היצן, און פילע שטייענדיג אויף די פוס, צמאים לשמוע את דבר ה'.
אשרינו מה טוב חלקינו.
This past Motzei Shabbos, thousands of Satmar Chasidim gathered to celebrate Kuf Alef Kislev, which is an annual event celebrating the miracle of the Satmar Rebbe ZATZAL’s rescue from the Nazis YM”S.













































