אבער דאס איז דאך ווייט נישט צופרידענשטעלנד, האט מען געגרינדעט מוסדות'ער כ'מיין א טייטעלבוים מיט מוסדות'ער אין מאנסי מאנטרעאל לעיקוואוד אוסטראליע וכו' וכו' נייטראלע סאטמערע מוסדות'ער וואס האבן אים קיינמאל נישט מקבל געווען פאר זייער נשיא המוסדות, דארט טאקע האט ער שוין צוגעלייגט נעבן די נומבערס התלמידים ותלמידות דאס ווארט -אנ"ש-.. גוט, אבער הזאת נעמי? אויב דו רעכנסט אריין דיינע אנ"ש דאן וואס רעכנסטו נישט ארויס אונזערע אנ"ש פון דיינע נומבערס אין בני ברק און בארא פארק..? דארט נעמסטו די גאנצע -אנ"ש- פאר דיר? אבער פאר דעם אליינס החרשתי כ'מיין אז אונזער אנ"ש אין ב"ב און אין ב"פ וועלן גערן מסכים זיין מ'זאל זיי רעכענען אויב דאס וועט זיין חיזוק פארוואס נישט מחי' זיין אידישע קינדער?
אבער ווען כ'קוק ווייטער די בלעטער מיט די נומבערס דארט איז מיר שוין געווארן א פלא, לדוגמא קרית יואל שרייבט ער אויפן טייטלבוים 7,500 פאר 3 וואכן צוריק ביי זייער דינער אין קרית יואל האבן זיי געשריבן "קרוב" צו 6,500... און דאס איז בלויז קרית יואל וואס כ'האב פינקט א וועג וויאזוי עס צו מעסטן.. ווער ווייסט וואס טוט זיך ווייטער, אבער דאס איז שוין אזויפיל גענוג פאר א שטיקל השגה אויף די קראנטקייט פון די איבריגע נומבערס ארום די גאנצע וועלט...
סך הכל שטעלט זיך ארויס א בילד אז די גאנצע נומבער "צוויי און צוואנציג טויזענט" איז אויסער וואס דאס נעמט אריין א חלק מאנ"ש, באשטייט דאס גאר פון ליפטיגע נומבערס.. אויף דעם איז מיר שוין טאקע שווער, וואס איז די קארגשאפט פון צוויי און צוואנציג? פארוואס נישט צוויי און פערציג...?