היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » כ"א כסלו: זאלוינים = רבבות, ארוינים = תירוצים

כ"א כסלו: זאלוינים = רבבות, ארוינים = תירוצים

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2851215

פריש » 28/11/2010 19:51

דעם ליידיגן צענטער פון זאל ביי די אהרוינים, קינדער העלפן אנפילן די טישן.



זאלוינים = רבבות!



תוקן על ידי פריש ב- 28/11/2010 19:53:23

מילכיגער » 28/11/2010 20:13

JNET!

נפל » 28/11/2010 22:03

יונה'ס ניקס האבן געמאכט א לעבן אין בחדרי ביז איך האב געקאפיט דעם אשכול אהין און אלע ניקס זענען מיסטריעז איינגעשלאפן.

אומזיסט » 28/11/2010 22:14

א אהרוני זאגט מיר אין טאלק, אז די סיבה וואס דער קליפ איז ליידיגלעך איז ווייל ר' אהרן איז אריין געקומען גאר פרי. האלב צען.

סאיז דא נאך קליפס אויסער דער קליפ?

טאטעלע » 28/11/2010 22:20

נפל, דזשאב וועל דאן אין בחדרי חרדים פארום.

פריש » 28/11/2010 22:54

וואס האב איך געשריבן? ארוינים = תירוצים!

תירוץ נומער 1

אומזיסט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די סיבה וואס דער קליפ איז ליידיגלעך איז ווייל ר' אהרן איז אריין געקומען גאר פרי. האלב צען.



גאנץ שוואך ווייל האלב צען איז כמעט 4 שעה נאכן זמן מוצאי!

פראביר בעסער.

rebyankel » 29/11/2010 00:05

פריידס ענק מיט חלשות
ניין סאטמאר רבי שליט''א ווארט נישט אין קאר אדער אינדערהיים ביז ווען די זאל ווערט פיל אז די קליפ זאל קלאפן ביי חסדי ד', ווען ער קומט אריין
ער קומט דירעקט אריין פרי 'יערליך' צו האלטן די סדר המעמד אינצייט ס'זאל נישט ווערן צו שטארק פארשלעפט
נאכדערצו היי יאר ווען דער עולם איז אנגעקומען שפעטליך ווייל די ברייטע טראספארטעישאן האט נישט געקענט נאכקומען אזא ציבור בליעה''ר
אין פאקט האט אביסל שפעטער ממש נישט געקענט ארייינקומען אין זעלט ריזיגען זאל,
טראץ וואס דער פאלאסקי קאפלעקס איז געווען אויסגעשטעלט מיט די מאקומאם בענק אין בענקלעך אין מ'האט ציגעלייגט בשעת די מסיבה א ריזיגע מספר בענקליך איז דער עולם געשטאנען ביז אינדרויסן
טרייסט ענק ווייטער מיט חלשות.

rebyankel » 29/11/2010 00:12

פין אישי
אין פאקט איז מהרז''ל אריינגעקומען אזוי שפעט ווי האלב עלף בערך
ד''מ כמעט א שעה שפעטער ווי מהר''א
דאס איז נאכדעם וואס ווי דערמאנט האבען נאך טויזענטער ארוינים געווארט אויף טראספארטעישאן

נפל » 29/11/2010 00:31

אינטערסאנט אז די זאליס האבן געהאט א גרעסערע עולם ווי ענק, און טראצדעם האט די טראנספארטאציע געקלאפט.

ענק האבן געהאט א קלענער עולם (די תירוץ איז טראספארטאציע) מיט שיפן און באסעס כרצון איש ואיש און מיטדעם אלעם האבן ענק נישט געקענט אהערשטעלן אזא עולם ווי די קליינע זאלי פארטיי...

------

פריש, נאדיר תירוץ נומער 2

די טראנספארטאציע האט נישט געקלאפט...

סקאטמאלען » 29/11/2010 06:10

דער אשכול איז גיט געווען פון תענית אסתר ביז פורים, ווילאנג מ'האט מדמה געווען ר' זלמן לייב'ס פיק עולם מיט ר' אהרן'ס פריע עולם,

אבער היות אונזער חבר "קליפ" האט מומענטאל ארויפגעשטעלט א פרישע קליפ ווי מ'זעהט אז שפעטער ביים סיום מס' סוטה איז געווען די פיק פון ר' אהרן און מ'זעהט קלאר אז מ'איז געזעצן ציקוועטשט ווי די סארדינס, קען מען שוין ריטייערן דעם גאנצן אשכול אין אהיים שיקן די קליינע קינדערלעך שלאפן, א גוטע נאכט

לפע"ד איז די גאנצע דעבאטע ממילא קינדיש און זינלאז, ווייל איך האלט ס'ממש נישט מעגליך צו מבחין זיין צווישן א ציבור פון 5,000 מענטשן אין 5.500 מענטשן, ביידע זעהן אויס די זעלבע, א גרויסע שטח אנגעפילט מיט מענטשן, און אויב ס'געווען א חילוק איז עס מאקסימום געווען 500 מענטשן

וואס איך זעה יא אז ר' אהרן'ס פלאץ איז געווען גרעסער, אבער עס מיינט לגמרי נישט אז ער האט געהאט מער, און אויך ר' זלמן לייב'ס איז סך שענער אהערגעשטעלט, סאך פראקטישער, די זינגען און מוזיק איז זייער שיין,

ביי ר' אהרן האבן ביי די פיק אגרויסע פראצענט נישט געהאט ווי צו זיצן, געווענדליך האט עס מער מיט די פאצערישקייט וויזוי ס'אויסגעשטעלט און אומאויסגערעכנט ווי צו שטעלן די טישן בענקלעך וכדומה, נישט ווייל ס'געווען עפעס מער מענטשן ווי פאריאר, פארוואס זאל זיין מער מענטשן ווי פאריאר? זענען מענטשן עפעס קלוגער געווארן די יאר?

שארטקאט » 29/11/2010 07:53

דער אשכול איז נאך אקטועל אפילו די וואלסט געוואלט רעדן פון עפעס אנדערש נאר נישט פון דעם,

דער מציאות איז אז טראץ די מסיבה משולשת פון שבע ברכות פון דעם סוטה אינאיינעם מיט די הצלה פון 22 טויזענט קינדער, און טראץ די גרויסע פאמפע פון די שיפלעך מיט די הבדלות אויף אלע לייט פאולס אין גאנץ ניו יארק מעטראפליטען האט זיך נישט צונויפגעזאמעלט קיין רבבותינו, און ווידער אפאר גאסן אראויף צוה איז געווען א גרעסערער עולם אן קיין שיפן אן קיין פאמבע אן קיין שבע ברכות אן קיין סוטה אן קיין רעטאריק ווי שחיטה און מאנהעטן קינדער אן קיין עקספעקטעשאנס פון דימאגאגישע בעבישע רעדעס, דאס איז שלעכטע נייעס פאר ענק,

אומזיסט » 29/11/2010 08:34

פאר סאם ריזען, איז אפילו דער קליפ ווי מען זעט קעיה"ר דעם סארדינען ציבור, קאנצעטרירט זיך בעיקר אויפן חזן...

די סארדינען זעט זיך זייער אן ביי איין חלק זאל, ממש א שאד די עסקנים האבן נישט געקענט מער אויסשפרייטן דעם עולם אויף א וועג אז יעדער זאל זיין אייניג באקוועם.

און אגב, פילייכט ברענגט איינער א בילד / קליפ פון די הונדערטער וואס שטייען און ווארטן איבער א שעה אויף פלאץ, און די הונדערטער וואס דרייען זיך ספאנטעניוסלי אויס צוריק און גייען אהיים. - וואס אגב, איז דאס שנוי בממחלוקת צווישן פייוובארא, מיט געגאנגען. וויאזוי זאגט מען אין אזא פאל? למ"ב...

קווינסצדיק » 29/11/2010 18:43

די אמת איז אז די שיפן איז געווען א אנזעץ און נאר וועגן דעם האבן זיך שווערע הונדערטער אפגעהאלטן פון קומען. אלע נייטראלע זענען היי יאר געגאנגען צו די זאליס ווייל נארמאל זיכט נישט א מענטש זיך צו וואלגערן א גאנצע שעה פאר גארנישט. קודם נעמען א באס ביז צום פארט, נאכדעם שטיין אין די קעלט ווארטן אויף א שיף נאכדעם שפאצירן 4 גאסן ביז צום זאל און נאכדעם בלייבן פארשפארט ווייל מען האט קיינעם נישט גאלזט צוריקפארן מיט די שיפן, די שיפן זענען צוריק געפארן גענצליך ליידיג, למעשה האט דאס בעקפייערד ווייל קיינער וויל נישט מען זאל אים צווינגען צו זיצן לענגער ווי ער וויל. מען האט אויסגערופן אז די שיפן וועלן צוריק טראגן דעם עולם נאך דעם רבינס דרשה.

פארדעם זענען אלע נייטראלען געגאנגען צו די זאליס ווייל מען זעצט זיך ארויף אויף א באס מען פארט 10-15 מינוט מען קומט אן צום טיר פון זאל און מען נעמט א באס אויף צוריק סיי ווען מען וויל מען איז נישט געצווינגען צוריק צו פארן מיט א קאר סערוויס אויב וויל מען צוריק גיין פארן רבינס דרשה.

פריש » 29/11/2010 21:20

איך בין געווען אפוועזענד אפאר שעה און איך פארליר שוין באלד קאנטראל אויף די תירוצים וואס וואקסן ווי שוואמען נאך א רעגן.

פריש » 29/11/2010 21:25

די תירוצים טוישן נישט די פאקט אז די זאליס האבן געהאט א גרעסערע עולם, ס'איז בלויז גוט אויף צו בארוהיגן די אייגענע קלעבער וועם מען פאמפעט שוין יארן אז איך בין גרויס און יענער האט קוים מנין דערווייל שמייסט אין פנים די מציאות אז יענער איז גאר גרעסער ווי דיר.

תירוץ נומער 4


rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אין פאקט איז מהרז''ל אריינגעקומען אזוי שפעט ווי האלב עלף בערך
ד''מ כמעט א שעה שפעטער ווי מהר''א
דאס איז נאכדעם וואס ווי דערמאנט האבען נאך טויזענטער ארוינים געווארט אויף טראספארטעישאן

פריש » 29/11/2010 21:29

תירוצים נומער 5,6,7 און 8

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ביידע זעהן אויס די זעלבע, א גרויסע שטח אנגעפילט מיט מענטשן, און אויב ס'געווען א חילוק איז עס מאקסימום געווען 500 מענטשן

ר' אהרן'ס פלאץ איז געווען גרעסער

אגרויסע פראצענט נישט געהאט ווי צו זיצן, געווענדליך האט עס מער מיט די פאצערישקייט וויזוי ס'אויסגעשטעלט און אומאויסגערעכנט ווי צו שטעלן די טישן בענקלעך וכדומה


חברה באלד וועלן מיר האבן מער תירוצים אויפן "בית יוסף בדורינו" ווי אויפן באקאנטן "חנוכה בית יוסף" קשיא.

פריש » 29/11/2010 21:32

תירוצים 9,10,11 און 12

קווינסצדיק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די אמת איז אז די שיפן איז געווען א אנזעץ און נאר וועגן דעם האבן זיך שווערע הונדערטער אפגעהאלטן פון קומען.

אלע נייטראלע זענען היי יאר געגאנגען צו די זאליס ווייל נארמאל זיכט נישט א מענטש זיך צו וואלגערן א גאנצע שעה פאר גארנישט. קודם נעמען א באס ביז צום פארט, נאכדעם שטיין אין די קעלט ווארטן אויף א שיף נאכדעם שפאצירן 4 גאסן ביז צום זאל 

נאכדעם בלייבן פארשפארט ווייל מען האט קיינעם נישט גאלזט צוריקפארן מיט די שיפן, די שיפן זענען צוריק געפארן גענצליך ליידיג, למעשה האט דאס בעקפייערד ווייל קיינער וויל נישט מען זאל אים צווינגען צו זיצן לענגער ווי ער וויל. מען האט אויסגערופן אז די שיפן וועלן צוריק טראגן דעם עולם נאך דעם רבינס דרשה.

פארדעם זענען אלע נייטראלען געגאנגען צו די זאליס ווייל מען זעצט זיך ארויף אויף א באס מען פארט 10-15 מינוט מען קומט אן צום טיר פון זאל און מען נעמט א באס אויף צוריק סיי ווען מען וויל מען איז נישט געצווינגען צוריק צו פארן מיט א קאר סערוויס אויב וויל מען צוריק גיין פארן רבינס דרשה.



דער חכם פארפעלט נאר צו ענטפערן פון ווי דער עולם האט "פאראויס" געוויסט אז מען גייט נישט צוריק לאזן אינדערמיט און אז מיטן שיף וועט זיין צרות... וואסא נפק"מ ס'איז אלס תירוצים

פריש » 29/11/2010 23:45

תירוץ נומער 13

פון די זאלוינישע כ"א כסלו דינער איז נישט געווען קיין קלארע הוק אפ, ווער עס האט געוואלט מיטהאלטן האט געדארפט זיין דארט. ביי אונז (אהרוינים) איז געווען א קלארע הוק אפ אויף קול מבשר און אויף קול סאטמאר, דעריבער זענען טויזענטער געבליבן אינדערהיים.

סקאטמאלען » 29/11/2010 23:53

תירוץ 14,

קרעדיט ראדני_קינג אין א אנדערן אשכול

 
די אהרונים מיט זייערע תירוצים,

יעצט זאגט מיר אן אהרוני נאך א תירוץ, ער זאגט אז ער וועט ניצן די זעלבע תירוץ וואס ער פארענטפערט אן אנדערע קשיא, אין מיטן זעלבן תירוץ פארענטפער זייער כ"א כסלו, בקיצור, איין תירוץ אויף 2 קשיות, א אפטער מהלך בספרי רבינו דברי יואל זצוק"ל

וואס איז דער אנדערער קשיא,

אונז געפין מיר אין די גמ' מס' מגילה אז ויהי איז א לשון צער, און והי' איז א לשון שמחה, אויב אזוי, ווי אזוי קען דאס אז די תורה הק' ביי די פרשה פון מלחמות זאל שטיין "והי' כי תצא למלחמה על אויבך" וואס איז דען א שמחה אז אידישע קינדער גייען אין א סכנה צו א מלחמה, נאר מ'קען פארענטפערן מיט א שיינעם דערהער אז אויב מ'איז גוט מדייק אינעם פסוק זעהט מען אז ס'שטייט גארנישט די ווארט "והי'" ס'שטייט טאקע בלויז "כי תצא למלחמה", א שיינער תירוץ!

לויט דעם סגנון קען מען טאקע שיין פארענטפערן די אהרוני כ"א כסלו, אז אינה"נ, די ארונים האבן יא געהאט די רבבות, נאך עני טיים אזויפיל ווי די זאליס און אפשר מער, ממילא איז שוין גארנישט קשה

אוי די ארונים מיט זייערע תירוצים

עד כאן לשונו פון ראדני_קינג

_________________

פריש » 30/11/2010 00:28

תירוץ נומער 14

די אהרוינים האבן טאקע יא געהאט מער...

פון דעם האט מען שוין גערעדט, קענסט מיר אפשר מסביר זיין ווי אזוי אויף 4 שטאקן פארענטשעס גייען אריין מער ווי אויף 8 שטאק? 

חוץ מזה האבן די זאליס געהאט בחורים און אינגעלייט אויף ביידע זייטן בשעת די אהרוינים האבן געהאט בחורים אויף איין זייט און קינדער אויף די צווייטע.

פריש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דעם ליידיגן צענטער פון זאל ביי די אהרוינים, קינדער העלפן אנפילן די טישן.



זאלוינים = רבבות!



תוקן על ידי פריש ב- 28/11/2010 19:53:23

סקאטמאלען » 30/11/2010 05:56

נאך 6 תירוצים

1
[בילד – נישט אפגעהיט]



2

[בילד – נישט אפגעהיט]


3

[בילד – נישט אפגעהיט]


4


סקאטמאלען » 30/11/2010 05:59

[בילד – נישט אפגעהיט]



5

[בילד – נישט אפגעהיט]


6


[בילד – נישט אפגעהיט]




ביי וויפיל תירוצים האלט מיר שוין?

SatmarBum » 30/11/2010 06:11

http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=76887


VIDEO & PHOTOS: Thousands Of Stamar Chassidim Attend Kuf Alef Kislev Events

(Monday, November 29th, 2010)

This past Motzei Shabbos, thousands of Satmar Chasidim gathered to celebrate Kuf Alef Kislev, which is an annual event celebrating the miracle of the Satmar Rebbe ZATZAL’s rescue from the Nazis YM”S.

On 21 Kislev 1944, the Satmar Rebbe, Rabbi Yoel Teitelbaum ZATZL, was rescued from the Bergen-Belson Nazi concentration camp along with 1368 other Jews. Since then, for the past 65 years, Satmar Chasidim have celebrated the day as a day of festivities which includes Divrei Torah, singing, and a Seudah.

There were two massive events held in Brooklyn

ספרינטער » 30/11/2010 07:44

דאס זענען נאך זעקס קשיות, ממש א שפיי קעגן די צענטראלע דינער.

פריינדליך » 30/11/2010 22:13

ספרינטער. איך בין דיר דן לכ"ז אז דו זעסט פשוט נישט גוט. איך האב געזען ביידעס בעסטע פיקטשערס. ביידע האבן בערך די זעלבע צאל שורות טישן. די חילוק איז אז די זאליס האבן עס אין די ברייט. און די ארונים אין די לענג. יעצט זאג מיר די חילוק.... און נאך א חילוק. די זאליס האבן צושפרייטע סטעידזשעס און די ארונים צושטיפטע. די גרויסקייט פונעם זאל קוקן ביידע אויס בערך די זעלבע. אין וועסטערן ווייס איך נישט. אבער אין פולאסקי איז געווען לכה"פ 1000 מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין פלאץ אינעווייניג און זענען געשטאנען אין די פארצימער. און צו פריש: קענסט זיך טרייסטן מיטן זאגן תרוץ #1 2 3 4 5 6 7 8 וכו' אבער קוק אויף די 2 פיקטשערס און נאכדעם אויב וועסטו נאכאלץ שרייען אז די זאליס האבן געהאט מער. דאפלט. איז נישט דא מיט וועם זיך צו טענה'ן. ביידע האבן לכאורה געהאט בערך דעם זעלבן עולם. עס איז לכאורה געווען א חילוק מאקסימום פון 500 מענטשן(אזוי זעע איך אויף די בילדער) און וועגן מענטשן וואס זענען געבליבן אינדערהיים האבן ביידע זייטן תירוצים פארוואס עס איז געווען אזוי. פינטל

פריש » 30/11/2010 22:20

תירוץ נומער 15

לכה"פ טויזענט מענטשען זענען געבליבן שטיין אינדרויסן ווייל ס'נישט געווען קיין פלאץ...

גאנץ שוואך פראביר בעסער. האבט פארגעסן צוצולייגן אז די אהרוינים האבן געהאט נאר 4 שטאק פארענטשעס פון איין זייט. און די זאליס האבן געהאט 8 שטאק פון ביידע זייטן

rebyankel » 30/11/2010 23:10

כ'האלט נישט אז כ'דארף מיך אראפלאזען צו ענקער קינדערישע טענה'ריי
ענק שרייען דאך שוין 13 יאר אז ענק האבען רוב, די עולם השקר זעהט עס נאר נישט
אבער אז די רעדסט פין 'סטעיזשעס'
להוי ידועה אז ביי די ארונים
זענען די סטעיזשעס געווען לענגער
אויף די סטעיזשעס זענען געווען נאר בענק - נישט בענקלעך
די סעיזשעס האבען געהאט בענק ביי ביידע זייטן פין די טיש (וואס קומט אויס 8 רייעס בענק אויף א סטעיזש) פאר די פיקטשער איז אפשר בעסער צו מאכען וויאזוי ענק מאכען, אבער צו קענען אריינשטופן מער פלייש איז בעסער די וועג
ביי די ארונים איז איין זייט סטעיזשעס געווען דעזיגנירט אין  אויסגעניצט בלויז פאר יונגלייט אין ביי די זאליס זענען ביידע זייטן געווען דעזיגנירט און אויסגעניצט פאר בחורים
יעצט שריי ווייטער 12345678 תירוצים

אגב, קעסנט ביטע ברענגן א קליפ פין די עולם בשעת די דרשה פין מהרז''ל?


תוקן על ידי rebyankel ב- 30/11/2010 23:13:03

פריש » 30/11/2010 23:15

תירוץ נומער 16,17

די אהרוינים האבן געהאט אויף יעדע שטאק בענק פון ביידע זייטן.

די רייעס זענען געווען לענגער

סארי, קיין נפק"מ בענק צו בעענקלעך, ענק האבן ארויסגעשטעלט א קליפ ווי אלע אויף די פארענטשעס טאנצן, און ענק האבן געטון דאס זעלבע. די שורות זענען פול, דאס הייסט אז בשעתן טאנצן איז קיין נפק"מ. טראץ דעם האבן ענק געהאט 4 שורות און אויך נאר פון איין זייט און די זאליס האבן געהאט 8 שורות יעדע זייט באזונדער.

נאך א נקודה, ביי די זאליס זענען ביידע זייטן געווען אויסגעשטעלט די זעלבע, די אינטערשטע 5 שטאק פאר אינגע אינגעלייט און די אויבערשטע 3 פאר בחורים.

rebyankel » 30/11/2010 23:53

ביזט דאך סתם א שקרן

איז נישט קיין נ''מ צווישען בענק אין בענקלעך?
ווייז מיר פין וועלכע קליפ די רעדסט ווי די טענה'סט אז די ארונים האבען ארויסגעגבן
די ארונים האבען פינקט אזוי געהאט סטעיזשעס פין ביידע זייטן, די נ''מ איז נאר וויפיל שטאק אין וויפיל רייעס אויף א שטאק (די ארונים האבען אריינגשטיפט אין 4 שטאק 8 רייעס בענק אין די זאליס אין 8 שטאק 4 רייעס בענקלעך)
אין ביי די זאליס זענען אלע שטאקען געווען פיל מיט בחורים חוץ אויב ביי ענק גייען די יונגעלייט מיט היטן מוצש''ק

_________________


אייזענבאך » 1/12/2010 00:03

חחחח, אויף די סטעיזשעס אין וועסטערן אי זמערסטענס דעווען בענק

_________________

נפל » 1/12/2010 00:30

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ביזט דאך סתם א שקרן

איז נישט קיין נ''מ צווישען בענק אין בענקלעך?
ווייז מיר פין וועלכע קליפ די רעדסט ווי די טענה'סט אז די ארונים האבען ארויסגעגבן
די ארונים האבען פינקט אזוי געהאט סטעיזשעס פין ביידע זייטן, די נ''מ איז נאר וויפיל שטאק אין וויפיל רייעס אויף א שטאק (די ארונים האבען אריינגשטיפט אין 4 שטאק 8 רייעס בענק אין די זאליס אין 8 שטאק 4 רייעס בענקלעך)
אין ביי די זאליס זענען אלע שטאקען געווען פיל מיט בחורים חוץ אויב ביי ענק גייען די יונגעלייט מיט היטן מוצש''ק

_________________




די אהרוינים האבן טאקע נישט געהאט קיין 4 שטאק אויף ביידע זייטן. אויפן קליפ זעט מען טאקע אפאר שטאק מיט שטריימעלך, ביי די אהרוינים זעט מען לויטער בחורים.

הנגיד_רבי » 1/12/2010 01:44

נאך איינער זעהט אויף די ארונישע בילד ''פארענטשעס מיט נאר יונגעלייט''....???

פאר די  אויסגעשפילטע פארענטשעס שוויצט היראים אזוי שטארק ארויפצוברענגען די 2 אנטי-וועסטערן אשכולות אין כל העולם יעדן טאג נאכאנאנד...? 
[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

בארא » 2/12/2010 20:33

עס איז גאנץ אינטרעסאנט צו זען ווער סאיז די יחידים המשתלטים על הציבור

סענעטאר » 3/12/2010 08:30

א פרישער תירוץ האבן די אהרונים ערצייגט היינטיגן אווענט. היות ר' זלמן לייב האט געהאט א שוואכן עולם ביי זיין דרשה, וועגן דעם האט ר' אהרן געהאט א שוואכע עולם דעם גאנצן אווענט...
 
די אהרונישע אפטייק האט דאסמאל צוזאמגעשטעלט א רעצעפט פון שמעלקא בדחן צו היילן די פארסמ'טע ארונים, וואס האבן געקוקט וואו מען טאר נישט און געזען די אויסגעשפילטע וועסטערן פלאזא, און אהערגעשטעלט א רפואה שלימה קליפ.
 
דא האט איר עס
 
rtsp://v5.cache4.c.youtube.com/CjYLENy73wIaLQnjQu5fd3gyhRMYJCAkFEIJbXYtZ29vZ2xlSARSBXdhdGNoYKTSsaeGiej6TAw=/0/0/0/video.3gp

פריינדליך » 3/12/2010 15:21

א באנדע מצה טאשן. די ארונים פרובירן צו ברענגען בילדער פון זייער פולע זאל און רז"ל'ס ליידיגע. שרייט עטס תירוצים. די ארונים האבן געהאט א מעכטיגן עולם. א איבערגעפילטע זאל. די זאליס האבן געהאט א שטיקל עולם. און ביים עיקר(די דרשה) זענען זיי זיך אלע צולאפן. נישט קיין קשיות אדער תירוצים. עס איז פלעין געווען א חילוק פון סוקסעס(אין פולאסקי) ביז דורכפאל(וועסטערן) פארשטאנטא? די ארונים האבן קיינמאל נישט געזאגט אז זיי האבן געהאט א קליינעם עולם. ווייל די זאליס האבן אויך. אזוי וואלט עטס געוואלט

rebyankel » 3/12/2010 19:49

כ"א כסלו: זאלוינים = רבבות, ארוינים = תירוצים - נישט פאר שוואכע הערצער
* width="480" height="385"> <*

תוקן על ידי rebyankel ב- 03/12/2010 20:14:34

rebyankel » 3/12/2010 19:51

rebyankel » 3/12/2010 19:51

ביטע נישט פארדרייען קיין אשכולות.






תוקן על ידי המהדרין ב- 03/12/2010 21:00:27

שארטקאט » 3/12/2010 20:35

כאפ אן דעם שטריימעל פון ר' אהרן ווייל מיט היינט צען יאר צוריק איז ער געפלויגן פון דעם ליידיגן בית המדרש,

פריש » 5/12/2010 23:32

תירוץ נומער 22 אויפן מעכטיגן דורכפאל ווי די גאנצע וועלט האט זיך איבערצייגט אז די אהרוינים האבן נישט אזא עולם ווי סאטמאר. תירוץ = א פאלשע געשטיקלט און געקלעבעטע קליפ


rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
* width="480" height="385"> <*

תוקן על ידי rebyankel ב- 03/12/2010 20:14:34

פריינדליך » 6/12/2010 01:01

להוי ידוע: א פשוטער מענטש קען קיין קליפ נישט פעלשן. מען דארף האבן פארדעם טייערע פראגרעמס/מאשינען. און אויב האלטסטו אז איינער האט ספעשל געקויפט וועגן דעם ביסטו א מוראדיגער שוטה. און how aboutדי אלע בילדער אויף וואס עטס פארלאזטס ענק(אויב עטס האטס אזעלכע) איז געפעלשט?

פריינדליך » 6/12/2010 01:04

און בכלל אז מען זעהט און וועלכע פורום עס איז דא א 3 פעידזש אשכול ווי ווייניג מענטשן יענער האט געהאט. זעהט מען ווי ענק שטייען... און דרך אגב. אפשר ברענגסטו די "אמתע" קליפ פון רז"ל'ס דרשה? און וואס זאגסטו צו רז"ל'ס רבבות ביי הדלה"נ?..

yuchw » 6/12/2010 02:04

פריינדליך

להוי ידוע אז יעדער וואס האט א קאמפיוטער מיט די פשוט'סטע מידיא פלעיר קען עס פעלשן עס גאר גרינג מ'דארף נישט זיין קיין עקספערט דערצו


פריינדשליך דיינעבאבקע מעשיות (ווי דיין רבי רופט עס) פארקויף פאר דיין ווייב.

_________________

פריש » 6/12/2010 03:58

נישט לאנג צוריק איז געווען דא א קליפ ווי די 20 יעריגע מאנרא בחורים טאנצן "מיין געלע באס". דעמאלטס איז פריינדליך געווען דער ערשטער צו שרייבן אז ס'איז א פאלשע קליפ, יעצט קומט ער צו גיין ווי א צולייגער און זאגט אז א קליפ קען מען נישט פעלשן...

פריינדליך, חנוכה איז נישט קיין מחותן אהער, ביטע נישט פארדרייען די שמועס.

rebyankel » 6/12/2010 05:56

די מעשה איז אזוי
די קליפ וואס איז געכאפט געווארען פאר דער עולם איז אנגעקומען איז 'א אמת'ע קליפ' דאס קען דאך נישט זיין געפעלטשט
אין די קליפ וואס איז געכאפט געווארען ווען דער עולם איז שוין אנטלויפן (לאמיר אננעמן איז ביז דעמאלטס איז יא געווען פול) דאס מוז זיין שקר
נעבעך...

אין נאדיר פריש
 תירוץ נומבער 10000000 -- ס'איז געפעלטש ---
ווען איך ענטפרט דיר די ערשטע מיניט וואס וואלסטו דעמאלטס געזאגט?
דיין גאנצע ארבעט איז געגאגנגען לטמיון מיט איין קליפ

פריינדליך » 6/12/2010 06:54

YUCHW דו קענסט טוישן סאונדס אבער נישט די ווידיאו אליינס(צולייגן אדער אראפנעמען מענטשן).און ביי די געלע באס קליפ האט מען געטוישט סאונד. און וועגן חנוכה האב איך פשוט געוואלט מדמה זיין די בושות נוראות

ספרינטער » 6/12/2010 07:08

פרוביר נישט צו פארדרייען איבער חנוכה ווייל...

ספרינטער » 6/12/2010 07:40

גיי אריין ביינאכט נאך 2 אזייגער ווען די לעקטערס זענען שוין פארמאכט, כאפ א פיקטשער ווי די פארענטשעס זענען אויפגעשטעלט, עס וועט זיין אסאך געלונגענער, ווי צו שטעלן א בילד פון פארן נירות - אדער בשעת די רבי גייט ארויס פון ביהמ"ד נאכן צינדען.

סענעטאר » 6/12/2010 07:59

אדער איז דאס א פרישער תירוץ פון די אהרונים אויף כ"א כסליו. אז עכט האט ר' אהרן געהאט א גרעסערן ציבור ווייל... עס איז דא בילדער פון די הנרות אין בית המדרש הגדול ווי עס איז ליידיג.