היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » במר נפשי אבקש: האלטס נישט קיין קאמפיוטער אין שטוב

במר נפשי אבקש: האלטס נישט קיין קאמפיוטער אין שטוב

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2850957

וואלןסח » 28/11/2010 08:06

פאר עטליכע מינוט צוריק האט רבינו (מהר"א) שליט"א פארענדיגט זיינע פייערדיגע ווערטער ביי די צענטראלע כ"א כסלו סעודה צוזאמען מיט די דינער להחזקת מוסדותינו בוויליאמסבורג

 

א דרשה פון איבער א שעה

ווי בתוך הדברים האט דער רבי געפייערט בקול בכי אויף די געוואלדיגע חורבנות וואס דער קאמפיוטער מיט די סעלפאן'ס (מיט טעקסט מעסעדזשעס) מאכן אן

און דער רבי האט געבעטן "במר נפשי אבקש האלטס נישט קיין קאמפיוטער אין שטוב"

 

אויך האט די רבי גערעדט איבער די מצב אין אה"ק הן בנוגע די מוסדות התורה און הן בנוגע די איבערקערניש מיט די שטחים

rebyankel » 28/11/2010 10:10

די ד''ק איז געווען נכנסין אל הלב, אשרינו שזכינו, די רבי האט פארציילט אז רביה''ק ז''ל האט אין לאגער געהאט א ''סוטה'' גמ' אין דאס האט ער געלערנט, די סיום מס' סוטה האט א געוואלדיגע באדייט

rebyankel » 29/11/2010 00:33

מ'קען שוין הערן די ד''ק אויף קול סאטמאר
זייער ארבעט איז צום באוואנדערן
סיי די קלארע הוק אפ, וואס טויזענטער האבען הנאה געהאט, אין איין וועגס האט שוין קול מבשר אויך נהנה געווען דערפון,