איך ברענג אהער וואס איך האב געשריבן אין אנדערן פארום כדי שלא תלקה בחסר
איינער פרעגט דארט אן:
כיודע אז אין יעדע שטאט ווי רביה''ק מ'סאטמאר איז געווארען רב איז די ערשטע זאך וואס ער געטון איז געווען צו מאכען שטארקע השגחות און תקינום אויף די פלייש געשעפטען און אויך אז די מקוואת זאלן זיין מיט אלע הידירים וואס איז שייך און ווען רביה''ק איז געקומען קיין אמעריקע און ער אויפגעשטעלט זיין קהילה האט ער זיך אליין אפגעגעבן מיט די מקוה עס זאל זיין אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות און חימרות ווייטער די שחיטה האט ער נישט געמאכט אן אייגענע שלאכט הויז נאר ער האט גענימען די פלייש פון מיל מארט ווי ער פלעגט נישט אליין אראפגיין נאר ער ער האט זיך פארלאזט אויף די משגיחים פון מיל מארט(נירברטער רב סוגיט'ער רב) און אין די קהילת פלייש געשעפט איז נאר געווען מניקור ואילך און אויף דעם האט געשריבן בכי''ק ''יאכלו ענוים וישבעו'' (דאס איז געווען און געזינטע יארן און זאגען אז רעב זריעל האט עם פארדרייט די קאפ אין לך טיפשות גדול מזה) וואס איז היינט געווארען אנדערשט אז מ'דארף יעדן טאג זוכען נייע שחיטות און חימרות איז היינט די שחיטה ערגער ווי תש''כ?
ואני משיב:
האסט געפרעגט א גוטע קשיא, און איך וועל דיר פרובירן צו ענטפערן
רבינו הק' בעל דברי יואל האט טאקע מתקן געווען און איינגעשטעלט א סדר השחיטה דא אין אמעריקא, במציאות פלעגט מען פאר די מלחמה שחט'ן שחיטה מונחת איבעראל
פארוואס דא אין אמעריקא האט מען געסטאפט איז דא עטליכע סיבות
איינע פון די אמת'ע סיבות, ווייל דא אין אמעריקא איז דא א גרעסערע פראדאקשען ליין, און ס'איז געווען א שאד די צייט איבערצודרייען די בהמה, האט מען גע'שחט'ן שטייעדיג, און ס'האט זיך איינגעגעבן אויף דעם וועג נאכדעם וואס אין געוויסע מקומות האט די רעגירונג דאס נישט געלאזט צוליב צער בעלי חיים.
ס'איז א מציאות אז די רבי ז"ל האט געוואלט מען זאל שחט'ן אזוי ווי אמאל, נאר מען האט אים געזאגט אז דא אין אמעריקא קען מען עס נישט אהערשטעלן
רבינו שליט"א האט דערציילט ברבים כ"ו אב תשס"ח אז ער געדענקט ווען דער פעטער ז"ל האט געשיקט זיין טאטן רבינו הברך משה ז"ל קיין מאנטריאל אין יאר תשכ"ז זיך אומקוקן אוף די שחיטה, ווייל זיי פלעגן נוצן א באקס איבערצודרייען די בהמה. ס'איז מסתבר אז לא יצא הדבר מכח אל הפועל, ווייל די רבי ז"ל איז גלייך נאכדעם נישט געזונט געווארן
רבינו שליט"א האט עטליכע מאל שוין דערמאנט, אז אים האט נישט געפאלן די וועג פון די שחיטה בימינו, אז דער שוחט דארף אוועקפארן פון אינדערהיים, וואס דורכדעם קומט אויס ער דאוונט נישט געהעריג מיט מנין, און האט נישט קיין געהעריגע מקוה.
אין קרית יואל פלעגט מען יארן לאנג שחט'ן אויף א קליינע פארנעם אין בעק פון די בוטשער, מיט די צייט האט זיך געהויבן די פארלאנג, האט מען געבויט די בית השחיטה וואס אין זיינער זייט געווען ווייניגער ווי העלפט די גרויס ווי ס'איז היינט, און אז ס'האט זיך אנגעהויבן די סקאנדאלן פון פינקל, האט עס נאר געהויבן דער מבוקש צו זוכן ווי בעסער און מהוד'דיגע פלייש.
אין די אנהייב נ' יארן איז געווען א סקאנדאל איבער א געוויסן שוחט פון בהמות, איז געווען א מיטינג ווי רבינו שליט"א איז אויך דארט געזעסן, און מען האט אויסגעפרעגט די שוחטים אויב זיי האבן זיך עפעס אפצורעדן, און יעדער האט געזאגט אז ס'איז אלעס אין בעסטן ארדענונג.
א טאג נאך די מיטינג קומט צו א שוחט צום רבין און זאגט אים, ליהוי ידוע די און די פראבלעם איז דא ביי די שחיטה, פרעגט אים די רבי פארוואס האסט עס נישט געזאגט נעכטן ביי די מיטינג, ענטפערט ער איך האב מורא געהאט, ווייל די בעלי בתים זענען דארט געזעסן, האט די רבי אויפגעציטערט און געזאגט: א שוחט קען זאגן ליגנט?! זייט דעמאלטס האט די רבי אויפגעהערט צו עסן בהמה פלייש, וכידוע לכל האט די רבי פון דעמאלטס ביז ממש א יאר צוריק ווען מען האט געעפנט די טעקסעס שחיטה נישט געגעסן קיין בהמה פלייש.
למעשה אין די יארן וואס די רבי איז געווארן מער אינוואלווד אין די שחיטה, און האט געזוכט ווי מען קען פארבעסערן ביי זיך, איז פארן רבין אויסגעקומען צו זיין אין עטליכע בתי שחיטה, איין טאג אנקומענדיג צו רובאשקין האט ער געזען אז ס'איז דא דארט שחיטה מונחת, האט ער געזאגט, הייסט עס אין אמעריקא קען מען יא מאכן מונחת, ואז עלה במחשבה מען גייט מאכן א אייגענע שחיטה פאר בהמות צו קענען נאכקומען אלע חומרות.
יעצט האף איך אז איר פארשטייט, רבינו שליט"א האט נישט געמאכט קיין נייע זאכן, ס'איז שכחום וחזרום ויסדום, דאס איז געווען דער דרך פון שחיטה אלע יארן פאר די מלחמה, דא איז עס בטל געווארן, און אז די רבי האט געזען אז מען קען עס האבן האט ער עס געטון, און אזוי גייט ער אן מיט יעדע חומרא וואס מען קען צולייגן, לייגט ער עס צו.
*
יעצט א שאלה צו די זייט
אויב איינעם'ס מאמע גייט מיט א שייטל, און די טאכטער באשליסט צו וויל יוצא זיין שיטת הדברי חיים וכל קדושיו עמו און טוט זיך אן א שפיצל, איז כל המשנה ידו על התחתונה?
והראי' די רבי האט ביי קיין איין דרשה ברבים נישט פארלאנגט דא אין אמעריקא מען זאל אנטון שפיצלעך
אוודאי איז ידוע אז רצונו איז דאס געווען, אבער ער האט עס קיינמאל נישט געפאדערט ברבים, נו אפשר זאג כל המשנה ידו על התחתונה?
דער עולם איז געלאדנט צוצולייגן וואס יעדער פאר זיך האלט
[פארראכטן אויף פארלאנג פון שרייבער]
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 29/11/2010 23:41:57