היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » שיפן דינער קאטאסטראפע - פרישע געלט פארברענעריי

שיפן דינער קאטאסטראפע - פרישע געלט פארברענעריי

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2850023

ספרינטער » 25/11/2010 06:45

די לעצטערע וואכן האבן די ארונים אנגעוואנדען אלע כוחות, אז זיי זאלען קענען ניצען די שעיפאר פארט פאר זייער שיפן דינער, ארי' לייב גלאנץ און רעסטלער האבן זיך געשוואוירן אז זיי האבן אויסגעניצט זייער שתדלנות און עס איז זיי געלונגען צו באקומען ערלויבעניש, ווי נאר רעסטלער האט זיי איבערגעגעבן די נייעס אז זיי קענען עס האבן, האבן די ארונים באשטעלט ביי די דריקערס טויזענטער קאלירטע פלאקאטן מיט די דערפרייענדע נייעס אז מען גייט פארן מיט שיפלעך צו די דינער.
היינט זענען זיי שאקירט געווארן ווען דער שר הסבלנים ארי' לייב גלאנץ האט זיי איבערגעגעבן די אנטוישענדע נייעס, אז מען האט שוין פראבירט מיט אלע מיטלען, אבער עס רירט זיך נישט, און די שעיפער וועט מען נישט קענען ניצען.
מער האט נישט אויסגעפעלט די ארונים ווילען אים צורייסען אויף שטיקער, היתכן זייער אינדארסירטע רעסטלער וואס האט געווינען נאר וועגן די ארונים זאל נישט קענען ערלעדיגען דעם שעיפער פארט פאר די שיפן דינער.
ארי' לייב האט צוריק געענטפערט עס איז נישט דא וואס צו וויינען, די טריפ מיט די שיפן וועלן נישט ווערן געקענסעלט, נאר מען וועט באצאלן פאר די נעווי יארד א גרויסע סכום געלט און פון דארט וועט מען פארן מיט די שיפן.
איך בין נייגעריג וועם וועלן זיי יעצט אנזעצן מיט שווערע חובות, אבי נאר אז די חלה דעקלעך זאלן זיין פרייליך.
שירה חדשה שבחו גאולים על שפת הים יחד כלם הודו והמליכו ואמרו ...

שארטקאט » 25/11/2010 06:48

דאס הייסט געלאזט אויפן וואסער, קענסט זיכער זיין אז כסיל הערש וועט אריינשפרינגען ווי נחשון בן עמינדב, לקדש שם שמים, אז רעסטלער האט געזאגט גיין דורכן וואסער וועט זיך דאס וואסער שפאלטן,

פישמאן » 25/11/2010 16:52

וואס איז דער פשט פון די שיפן? אין בארא פארק איז דא פיל מיט צעטלעך "ויסעו" מיט פיקשערס פון שיפלעך וואס האט כא כסליו פענער דערויף,

דער זאל איז אויף אן אינזל?

קווינסצדיק » 25/11/2010 18:18

חוץ רעדן פון קנאה קענען ענק נאך עפעס? 

apnews » 25/11/2010 19:24

קווינסער צדיק איך בין דיר עכט מקנא אז די גייסט פארן מיט א שיף, איך טראכט אמת'דיג צו גיין צו ענקער כ"א כסלו, ווייל איך וויל אזוי שטארק הרבן א שיף רייד

אייזענבאך » 25/11/2010 20:29

דאס איז ביי מיר די גרעסטע געלעכטער, ווי די נעבעכדיגע ארונים פרייען זיך ווי אינזערע אויגן קריכן ארויס פאר קנאה פון זייערע שיפלעך מהודרת, כא כא כא

קווינסצדיק » 25/11/2010 20:31

פארפאלן, אסאך מענטשן גייען קומען נאר וואגן די שיפן, און ענק פלאצן פארוואס פאר ענק איזעס נישט איינעפאלן. טו בעד און טו לעיט

_________________

קליפ » 25/11/2010 20:58

[בילד – נישט אפגעהיט]

liner1 » 28/11/2010 02:30

What does kuf alef kislev and chol hamoied have in commen? boating!..

שארטקאט » 28/11/2010 02:35

אויפן בילד פון די בעבישע עד "ויסעו" זעהט מען א סיין וואס שטייט ברבבותינו, קוקט גוט וועט איר זעהן אז דער סיין איז אנגעהאנגען אויף די טווין טאוערס, וואס איז נעבעך אומגעקומען א קורצע צייט נאך דעם רב הצעיר'ס אונטערגאנג, דער ברבבותינו איז שוין לאנג אראפגעפאןלן מיט צעהן יאר צוריק, אבער די קינדערלעך געבן נאכנישט אויף

פריינדליך » 28/11/2010 03:51

מיר האבן פרובירט ענק דן צו זיין לכף זכות אז עס קומט פון קנאה... אבער ענקלאזן זיך נישט מוז מען זאגן דעם אמת. עס איז פון איין שטיק שנאה... קענסט מיר מסביר זיין וואס גייט ענק אן אז מיר גייען מיט שיפן? וואו זענט עטס געווען פאריגע מאל ווען מען איז געפארן צו כ"א כיסליו מיט שיפן? איים סארי... דעמאלטס זענט עטס געוווען די זעלבע שונאים....

פריינדליך » 28/11/2010 03:54

שארטקאט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויפן בילד פון די בעבישע עד "ויסעו" זעהט מען א סיין וואס שטייט ברבבותינו, קוקט גוט וועט איר זעהן אז דער סיין איז אנגעהאנגען אויף די טווין טאוערס, וואס איז נעבעך אומגעקומען א קורצע צייט נאך דעם רב הצעיר'ס אונטערגאנג, דער ברבבותינו איז שוין לאנג אראפגעפאןלן מיט צעהן יאר צוריק, אבער די קינדערלעך געבן נאכנישט אויף
יעצט זעע איך אז ביסט טאקע א בר מצוה בחור... היסטאריע פון 10 יאר צוריק קען ער נישט.. להוי ידוע: די טווין טאוערס זענען געווען 2 גרויסע אפיס בנינים. נישט קיין ברידזש... און די ברידזש אויפן בילד. שטייט נאך. ביסט שוין אויפגעקלערט יעצט???

שארטקאט » 28/11/2010 03:59

דעמאלס איז געווען דער דינער אין מאנהעטן זענען די מאנהעטענער קינדער געפארן מיט שיפלעך, אבער יעצט איז דאך עס אפאר מיניט פון וויליאמסבורג און ברוקלין, דאס איז בערך אזוי פארן פון וויליאמסבורג צו קראון הייטס מיט א פליגער,
אויסער דעם האבן מיר געהאט ראביי גלאנץ אלס אדמיניסטראטער, און ער האט זיך געלאזט באצאלן רבבותינו מכספינו כחול הים פאר דעם דזשאוויץ סענטער און פאר די שיפלעך, און דערנאך האט דער נייער רב געדארפט שאפן 12 מיליאן דאלאר צו דעקן די חובות וואס דער גנב האט אנגעמאכט,

אייזענבאך » 28/11/2010 04:35

נמחק

_________________



תוקן על ידי אייזענבאך ב- 28/11/2010 04:37:47

SatmarBum » 28/11/2010 05:45

די עולם פארט אויפן שיף
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 28/11/2010 21:57:26

אייזענבאך » 28/11/2010 08:01

זאגט מיר איינער, זיינע קינדער האבן אים געמיטשעט צי פארן אויף די רייד מיטן שיפל, נו פארוואזשע נישט, האט ער אזוי געווארט אין די ביטערע קעלטן כמעט א שעה ווי לאנג די גליקליכע שיף איז ערשינען, צים ענדע איז ער געפארן מיטן באס...

_________________

אייזענבאך » 28/11/2010 08:20

אויף א אנדערע צעטל האב איך געזעהן אז מגייט אויך דארט זאגן דברי בדחנות, איז עס א דאפעלטע לשון? אדער אויסער די מעין בדחן רא"ט גייט זיין נאך א בדחן? עס איז צים האפן אז דער פה מפיק וועט אינז געבן סחורה-  ווי נישט ווי איז עס א סיום אויף מסכת סוטה ציזאמען מיט א שבע ברכות

_________________

פריינדליך » 28/11/2010 08:20

מען האט זיך נישט גערישט אויף אזא עולם. איבער האלב עולם איז למעשה געפארן מיטן באס(עס געדויערט בערך 15-20 מינוט מיט א באס) מען וואלט געדארפט צושטעלן לכה"פ דאפלט שיפן

אייזענבאך » 28/11/2010 08:23

כא כא כא, אז מדארף ווארט א שעה אויף א שיפעלע, א ווינדער אז מדארף באסעס

_________________

פריינדליך » 28/11/2010 08:24

און צו דיר אייזענבאך. כא כא כא. געהעריג ליצנות. איך מיין דו קענסט ווערן א גראמער...

אייזענבאך » 28/11/2010 08:26

פון קראנטע מקורות האט ר' מענדעלע און שמואל פריעדמאן ארימגעקאלט א האלבע שטאט געוואר צי ווערן א מקור אז די רבי ז"ל האט אויך מסיים געווען מס סוטה כא כסלו,   

_________________



תוקן על ידי אייזענבאך ב- 28/11/2010 08:28:23

פריינדליך » 28/11/2010 08:34

אייזענבאך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
כא כא כא, אז מדארף ווארט א שעה אויף א שיפעלע, א ווינדער אז מדארף באסעס

_________________

אויף די שיפן דארף מען ווען נאר ווארטן 5 מינוט. אבער ווען מען האט טויזענטער מענטשן ווארטן. דויערט איבער א שעה אנצוקומען נאר צום שיף. און אפילו מיט די באסעס האט מען געדארפט ווארטן 15 מינוט. ווייל מען האט זיך נישט גערישט אז מען וועט דארפן די באסעס

פריינדליך » 28/11/2010 08:38

נו לאמיר הערן וויאזוי איז געווען אין וועסטערן?

רבינחום » 28/11/2010 22:11

wow
מיט א אפענע שיף איז געווען די נסיעה? טאקע אן אטראקציע ווען עס וואלט געווען פון בארא פארק וואלט איך גענומען מיינט קינדער

טאטעלע » 28/11/2010 22:22

פריינדליך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און צו דיר אייזענבאך. כא כא כא. געהעריג ליצנות. איך מיין דו קענסט ווערן א גראמער...


דער גראמער פון נעכטן נאכט אין פאלאסקי פלאזא איז פונקט גענוג. לצים זאגן אז ער האט געענפערט אפאר פרישע תירוצים אויפן נייע בית יוסף'ס קשיא..

שארטקאט » 28/11/2010 22:34

עצה טובה קא משמע לן,

ווער עס וויל מארגן אפדאווענען צייטליך, זאל גיין צו א מנין פון ספרדים מיט פריזארן און קליינע קאפלעך, ווארום אין אלע אשכנז'ישע שולן וועלן מארגן שטיין לייין'ס פון רבבות צו בענטשן גומל,

ארבעה צריכים להודות, יורדי הים באניות... יודו לה' חסדו, די מיליאנען אידן וועלן מארגן גומל בענטשן,

פאולוויניק » 29/11/2010 01:46

סארי שארטקאט, גומל בענטשן דארפן די אידן וואס זענען ניצל געווארן חול המועד פסח תשנ"ט פון דעם שוטה רשע גס רוח און עם הארץ,
מזעהט וואס איז נעבעך געשעהן מיט א ציבור וואס מ'מאכט זיי נעבעך משיגע יעדן טאג מיט נייע בעבישקייטן און זיי טאנצן מיט, מ'מאכט זיי העפי מיט שיפן מיט פיקטשערס פון ביימער מיט נומבערס, מיט נארישע מענהעטענע קינדער סטעיטמענטס, מיט בארימערישע דרשות פון עם הארצות און ראסיסעם קעגן די ספרדים, מיט חמץ בפסח דרשות, און זיי זענען העפי,

מיר קענען זאגן ברוך שפטרנו, און אויך בענטשן גומל, עס איז א גרויסע נס.

liner1 » 29/11/2010 01:50

http://www.youtube.com/watch?v=zC6OTqZMTHA

תוקן על ידי liner1 ב- 29/11/2010 02:01:21

פריינדליך » 29/11/2010 05:03

להערה בעלמא. די "רואיגע" און "פאזיטיווע" זאליס וואס זענען ב"ה פטור געווארן פון די ארונים. האבן שוין געעפנט 4 אשכולות קעגן די ארונישע כ"א כיסליו. אינדערצייט וואס די "גערעגטע" און "קריגערישע" ארונים האבן ענדערש באשלאסן צו גיין מיט זיך ווי מיט יענעם. יעצט טראכטס אליין. ווער דארף זאגן ברוך שפטרנו פון רשעים ע"ה וגס רוח??? יעצט זייט ממשיך. עפנט נאך 10 אשכולות. און נישט פארגעסן: עטס טוטס ענק נאר פארטיידיגן...

פאולוויניק » 29/11/2010 07:56

ניין די ווילדע ארונים האבן געעפענט 6 אשכולות איבער די זאלונישע סעודות הודעה אין ירושלים און לאנדאן, איבער ר' עזריאל ר' ברוך נתן, איבער שינעווער רבי, אבער פון זייער רבי'ס דרשה מאן דכר שמיה, קיינער וויל נישט פארציילן וואס ער האט צוזאמגערעדט,

וואס שעמט איר זיך?

לאז די וועלט זעהן וויאזוי א מנהיג ישראל רעדט, שמעו ותחי נפשכם,

צביהירש » 29/11/2010 16:20

אזוי ווייט זענען די נער'ישע פאנטאזיעס אין די היינטיגע יונגעלייט אז איינער האט מסביר געוועהן אין מקוה אז רבינו הק' זי"ע איז באפרייט געווארן פון די דייטשן ימ"ש דורך א שיף. ער איז ארויס געפאהרן פון בערגן בעלזן קיין שווייץ מיט א שיף און דערפאר איז א ענין צו פאהרן כ"א כסלו מיט א שיף.

שארטקאט » 29/11/2010 16:23

און ר' אהרן אליין האט געהערט פון א איד וואס איז דארט געווען און געזעהן ווי דער רבי איז מסיים מסכת סוטה,