היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אלפי תושבי בארא פארק היינט נאכט אין הילמאן פלאזא

אלפי תושבי בארא פארק היינט נאכט אין הילמאן פלאזא

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2849929

סאטמארבילד » 24/11/2010 21:53


היינט נאכט וועלן תושבי ב"פ האבן די זכיה צו מיטאלטן א מעמד אדיר "לקדש שם שמים" לטובת די 88 עלטערן פון עמנואל וואס האבן באקומען א עונש פון 1000$ וויבאלד זיי האבן מבזה געווען דאס בית משפט

אויף קול מבשר איז דא א שיינע שמועס צווישן הערשל פרידמאן און ישעי אייכלער פון עמנואל

דאס איז אפאר מודעות וואס איז געהאנגען געווארן אין ב"פ
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 26/11/2010 19:32

גרויסער קידוש ה' ווען תושבי בארא פארק האנדלען זיך איין "קנסות" למען אסירי עמנואל

א ריזיגער ציבור תושבי ב"פ האבן זיך נעכטן באטייליגט אין די מאסן אין די זאלן פון הילמאן פלאזא און געענטפערט דעם רוף פון "מי לה' אלי" פון די די אסירי עמנואל – וועלכער היינט איז געקומען די נייעס פון ארה"ק אז דער טמא'נער בג"ץ האט אויף זיי ארויפגעלייגט א פרישער הוספה פון נאך 400 שקל צו יעדע קנס!

 

עס האבן זיך באטייליגט רבני העיר שליט"א, און עס האט אויפגעטרעטן הרב הערשל פריעדמאן הי"ו וועלכער האט מיט זיינע פערלדיגע ווערטער אנגעווארעמט דעם ציבור לטובת אט דעם גאהר קריטישן מצב אין עמנואל, ווען אין צווישן זיינע ווערטער דערמאנט ער פאר'ן ציבור אויסהערער אויף די טלעפאון ליניע'ס אז מ'קען ביישטייערן אויפן טעלעפאון מיט א קרעדיט קארד – ווי הונדערטער האבן טאקע תורם געווען פאר'ן צוועק.

 

דערנאך האט מען געהאט די געלענהייט צו הערן לעבעדיג די געשיכטע וואס איז פארלאפן אין עמנואל פונעם מסי"נ מנהל הרב ישעי' אייכלער הי"ו וועלכער וויילט אצינד אין ניו יארק לטובת דעם צוועק.

 ♦♦♦

היראים » 26/11/2010 19:32

מעמד לקדש שם שמים אין בארא פארק

 

די גרויסע טאוול פון די קנסות

 

חלק פון ציבור בשעת די דרשה פון הרב הערשל פריעדמאן הי"ו

 

 

דער ציבור האנדעלט זיך איין "קנסות"

 

 

 

בשעת די הערצליכע דרשה פון הרב ישעי' אייכלער הי"ו מנהל פון עמנואל

 

 

♦♦♦