היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » באמבע: "עדה החרדית" שעצט דער בלאט

באמבע: "עדה החרדית" שעצט דער בלאט

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2849879

FiveBoro » 24/11/2010 19:28

די הנהלת העדה החרדית האט ארויסגעגעבן א הבהרה און קלארשטעלונג איבער א רב וועלכע האט זיך פארופן אויפן נאמען פון די עדה און עס איז אויך אזוי אריין אין "דער בלאט", און זיי זאגן שארף אז דאס איז א טעות און יענער רב האט נישט מיט זיי קיין שייכות, און אויף יענעם רב זאגן זיי "הרוצה לשקר ירחיק עדותו" (מיינענדיג צו זאגן אז ער האט דאס אריינגעשיקט צו א אמעריקאנער צייטונג בדוקא).

לענינינו, דעם נוסח הייבן זיי אן "היות שנתפרסם בטעות ובשגגה בעיתון דער בלאט". איך פארשטיי נישט וויאזוי די ירושלימער זאלונים האבן צוגעלאזט אז די הנהלת העדה זאל שרייבן מיט אזא נארמאלער שעצונג אויף א צייטונג וואס איז מלא ליצנות והשכלה, און זיי זענען נאך דון לכף זכות אזאנע רשעים אז ס'איז אריין בשגגה?, און לכה"פ וואלטן זיי כאטש געדארפט שרייבן "העיתן שנאסר מכבר ע"י גדולי ישראל ובראשם כ"ק בעל ברך משה זי"ע" ?!

 [בילד – נישט אפגעהיט]


און יעצט וועלן מיר איבערגעבן דאס ווארט צו די זאלונים:

באמבע: העדה החרדית מיט א מחאה קעגן "דער בלאט"

א חידוש פון די זאליס: "נתפרסם בטעות ובשגגה" איז טייטש "מחאה"...

היראים » 24/11/2010 19:35

כ'האב געכאפט א שמייכל די ערשטע מינוט
ווען כ'האב  געזעהן די זאלי ניצחונות
ס'איז לכאורה נישט דא קיין שטערקערע אנערקענונוג מטעם די עדה פאר די בלאט - טראץ וואס די זאלי'ס שפייען בלוט דערפון (בלויז פאר שנאה צו די ארונים)

עס ווייזט קלאר אז דער שטערקסטער חרדישער צייטונג 'דער בלאט' איז אנערקענט דורך די עדה,



תוקן על ידי היראים ב- 24/11/2010 19:36:57