איבער א שקר וואס דער בלאט האט געשריבן בשמם
[בילד – נישט אפגעהיט]
תיקון טעות:
דער צעטיל איז נישט קעגן די צייטונג "דער בלאט", ס'איז בלויז א הכחשה אויף א ספעציפישער באריכט אין דער בלאט, בעצם די צייטונג דער בלאט איז דערווייל נישט אסור מטעם דעם בריוו.
שגיאות מי יבין
דער ביד"צ העדה החרדית האט שוין געשריבן א בריוו קעגן בלאט און תש"ס
קען איינער מסביר זיין אין קורצן וואס די מעשה איז אין וואס גייט פאר מיט אייזענשטיין ער איז ארוני אז זיי האבן א נגיעה צי אים ??
קען זיין, איך פארשטיי עס זייער גוט, די 2 סאטמארע לשון הרע צייטונגען זענען א עקל און א חורבן צו אריינעמען און א אידישע שטוב, ווי איך האב שוין ערווענט במקום אחר
אלנספאל בנידן דידן איז דער בריוו נישט קיין מחאה קעגן די בלאט, ווי געשמועסט
די העדה החרדית מיט איר בי"ד זענען שוין ארויס מיט אן אזהרה קעגן דער בלאט אין יאר תש"ס
וואס קריגט מען זיך יעצט צי עס איז א איסור אסער נישט. קודם ברענגטס קלאר אהער די מעשה
די עדה האט שוין ארויסגעגעבן פיל הכחשות קעגן פאלשע אינפארמאציע געדריקט אין דער בלאט, די מער באקאנטע זענען די הכחשות אז שמואל חיים פאפענהיים און יאקאב האבן שייכות מיט די עדה, א שקר וואס דער בלאט חזרט איבער און איבער טראץ דעם וואס די עדה אליינס לייקענט דאס.
יעצט האט דער בלאט מוסיף געווען חטא על פשע און מכתיר געווען א אומבאקאנטען אלס א רב מטעם די עדה
| ברעקינג כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | דער ביד"צ העדה החרדית האט שוין געשריבן א בריוו קעגן בלאט און תש"ס |
|
אז מ'פרעגט אפ דיין דמיון
באקסטו אויפן פלאץ א פרישע
מעג איך אפשר זעהן די איסור פין די עדה קעגן דער בלאט?
לדעתי האט פייוו בארא זייער גיט געמערקט אויב עפעס איז דאס נאר א חיזוק פאר די בלאט
אז זיי פילן פאר וויכטיג צו מפרסם זיין א 'תקון טעות' פין דער בלאט
_________________
תוקן על ידי rebyankel ב- 24/11/2010 22:34:44
ר' יענקל טאמער מעג איך פרעגן, וואס איז דער משוגעגת פונעם בלאט צו לייגן אזעלעכע בריוון? מוזט נישט ענפערן טאמער ווייסטו נישט.
רעדט ביטע קלארער
וויל די ערשטע צו ברענגן דעם בריוו איז געווען א זאלי ניק ברעקינג
_________________
איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז די העדה החרדית האט גע'אסרט צו ליינען דער בלאט
וואס יא די העדה החרדית אין אין תש"ס ארויס מיט א מחאה און אן אזהרה חמורה קעגן דער בלאט פאר'ן מבזה זיין סאטמאר
און עס איז דא אזא בריוו
לייקענט עס ווי מער דערנאך וועל איך עס ארויפשטעלן
ווי איך הער פון ירושלים, איז דער בריוו פון עדה א נקמה אויפן בלאט, פארן אריינלייגן א פאלשן בריוו בשמם, אז די תביעה אין בג"ץ אפצוהאלטן אבי ראזען גראבן אין יפו, האט גארנישט מיט די עדה,
דער בלאט האט געמאכט א חשבון זיי וועלן מפרסם זיין א פאלשן בריוו בשם די עדה החרדית, און די עדה וועט האבן פראבלעמען צו לייקענען א פאבריקאציע בריוו, ווייל זיי וועלן זיך נישט ביליג מאכן איבער דיינע שמוציגע פוליטיק וואס רופט זיך יעצט באגאץ,
האבן זיי באצאלט פאר דער בלאט איבער אן עירוב אין פלעטבוש, אבער דער עיקור זיי האבן מודיע געווען פאר די וועלט דער בלאט זענען מזייפים שקרנים ומסלפים,