היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » מהר"א - דינער השנתי און סעודות הודאה "כ"א כסליו" מוצשב"ק ויש...

מהר"א - דינער השנתי און סעודות הודאה "כ"א כסליו" מוצשב"ק ויש...

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2848799

סקאטמאלען » 22/11/2010 03:00

מהר"א - דינער השנתי און סעודות הודאה "כ"א כסליו" מוצשב"ק וישב הבעל"ט
אלערט: דא גייט מען נאר באריכטן פון די רבבות ביי ר' אהרן, ר' זלמן לייב'ס רבבות זאל מען באריכטן אין די אנדערע,

אין מערבין שמחה בשמחה

(איך האב ספעציעל געמאכן אביסל אן אנדערן ניסח קעפל אין ציגלייגט "מהר"א" מ'זאל נישט ווערן קאנפיוזד)


תוקן על ידי המהדרין ב- 30/11/2010 17:17:06

ספרינטער » 22/11/2010 03:03

גייט קאסטען געלט צו פארן מיט די שיף?

סקאטמאלען » 22/11/2010 03:13

ניין, ס'גייט זיין אומזינסט

ספרינטער » 22/11/2010 03:25

ווי וועלן פארקען די אלע וואס קומען מיט קארס פון קרית יואל? לויט מיין אינפארמאציע איז דארט נישט דא קיין פארקינג, דאס איז טאקע מסתמה די סובה פון פארן מיט שיפלעך פון וויליאמסבורג, אבער וואס וועלן טין די אלע וואס קומען מיט קארס פון אלע אנדערע מקומות?
נאך א פראגע: לוינט זיך פאר צוצושטעלן שיפלעך בחינם? אין די שווערע עקאנאמישע צייטן זיכט יעדער צי שפארן ווי מער. (דאס איז דאך די סובה אויף חתונה תקנות)

ספרינטער » 22/11/2010 03:49

איז דע פולאסקי בילדינג א שאטער? אדער א בילדינג? וואס איז די אדרעס?

הנגיד_רבי » 22/11/2010 05:42

סקאט, כאטש אויף היידפארק קענען מיר זיין 'אונטער איין דאך ביידע צוזאמען' פארגינסטו דאס אויך נישט.....?

אזוי רעדענדיג (שרייבנדיג),
שמעתי, א גוט ווארט, דער ישמח משה האט דאך כידוע געהייסן שיפף (ער האט געטוישט זיין נאמען צו ט''ב) , וואלט דאך די רבי אויך געהייסן.............. פירטס אויס צוזאמען......? שיפף, דאס איז א שיינע רמז צו נוצן שיפן מיט וואס צו גיין צום כ''א אפערע. 

ספרינטער » 22/11/2010 05:51

אויף די פאוסטערס מיט פיקטשערס פון די שיפען איז דא אויף יעדע שיף א פענדעל מיטן אויפשריפט "כ"א כסלו", אזוי אויך העכער די וואסער גייט פון איין זייט בריק ביזן צווייטען זייט א מעכטיגע סיין מיטן אויפשריפט "ברבבותינו", גייען עכט זיין די פענער אין די סיין פלאטערן איבערן וואסער?

וויליבאג » 22/11/2010 07:16

גייט דער סבלן ווייטער רעדן פון שחיטה וכו' אדער גייט ער שוין יעצט האבן געניג סיפוק פון די רייט מיט די שיף?

ספרינטער » 22/11/2010 07:26

רבי אהרן גייט פארן צו פולאסקי הענקי מיט די ספרינטער אדער א שיף?

סקאטמאלען » 22/11/2010 17:42

מ'האט דא פארגלייגט מערערע פראגעס, איך וועל פרובירן צו ענטפערן על ראשון ראשון, עד שידי מגעת,

פארוואס איך האב געעפנט א נייע אשכול איז ווייל דאס איז דער רצון פונעם מנהל ירום הודו, איך האב לכתחלה געשריבן באריכטן אין ר' זלמן לייבס אשכול אבער ער האט אלעס אפגעמעקט,

דער פלאץ איז א בנין נישט קיין שאטער,

פארוואס מ'שווענד געלט פאר שיפן, איז אזוי, קודם איך ווייס נישט צו ס'איז אזא טייערע זאך, צווייטנס די געדאנק פון א דינער איז בעצם א אינוועסטמענט צו ציען וואס מער נדבנים, ממילא יעדע זאך וואס קען ציען מער מענטשן איז א פשוט'ע ביזנעס אינוועסטמענט, היינט איז עס אזוי יעדע דינער פרובירט מען צו ענטערטענען די מענטשן,

צו ס'גייען הענגען פלאקאטן אויף די שיפן זעלבסט, אדער יא אדער נישט, הו קעירס.

ווי די קרית יואל'ער וועלן פארקן, איך גלייב אז עפעס פארקינג איז יא דא, נאר א באגרענעצטע צאל ערטער,

וואס ר' אהרן גייט רעדן? איך ווייס נישט פונקטליך, איך שטעל זיך פאר די יוזשעל סחורה, קודם א שיין דערהער אויף די פרשת השבוע אין אפשר א חנוכה סוגיא, נאכדעם דברים העומדים על הפרק, אפשר אינערנעט, שיעורים, חתונה תקנות, אפשר שחיטה אויך, מ'העמיר זיך דערוויסן דאן

אויך גייט זיין דארט א שבע ברכות פון דער רבי'ס אייניקל, ממילא וועט זיין אפשר אביסל בדחנות,

צו ר' אהרן גייט קומען מיט די שיף? זיכער נישט, דאס פאסט נישט אז דער רבי זאל פארן צוזאמען מיט די המון, ער וועט קומען מיט זיין פלאטע דירעקט צום בנין.

עני טינג עלס?

נפל » 22/11/2010 18:05

סקאט, די פרשה מיט די שיפן איז נישט אזוי פשוט לויט ווי ס'זעט מיר אויס הערשט יא א אויפברויז, איך גלייב אז די אויפברויז איז  אסאך מער אויף די חוזק געפילן וואס נארמאלע מענטשן שפרין ווען מען זעצט זיי אריין אין שיפלעך על לא דבר ממאכט זיי ללעג ולקלס פאר די פרעמדע גאס.

אדרבה זאג די פארוואס פעלט אויס די שיפן, די זאליס סעודת הודאה איז געציילטע גאסן פון די אהרוינישע. פאר די פרעמדע גאס זעט דאס אויס ווי די זאליס זענען נארמאלע מענטשן און די אהרוינים שפילן זיך ווי קינדער.

די פאר וועם מען דארף צושטעלן די פאן פון פארן מיט א שיף, די געבן סיי ווי נישט קיין געלט בכלל, אדער נאר גאר א קליינע סכום, נישט אפילו גענוג צו דעקן א זיץ אויפן שיף, די זאליס וואלטן פונקט אזוי געקענט מאכן שיפן, די געדאנק פון שיפן איז א אלטע, ס'נישט א נייע המצאה פון די אהרוינים. נישט אלע אהרוינים זענען איינשטימיג מיט די שיפלעריי, זעה וואס איך האב באקומען

[בילד – נישט אפגעהיט]

פריש » 22/11/2010 18:10

WOW WOW

נפל אזא צעטל פארדינט א באזונדערע אשכול

רעב_סאשא » 22/11/2010 18:22

אנשים דפוקים שונאים קצת כיף, כנראה הם הבני יואל החדש, יבאו יום שיקראו להם בני משה?

סקאטמאלען » 22/11/2010 18:56

כעל דיר זאגן עפעס, נפל, אם כנים דבריך, כ'קלער אז דו האסט א פוינט, איך פארשטיי טאקע נישט צו וואס מ'ברויך די שיפן? אויב פארקינג איז א פראבלעם זאל, מען טרעפן א פראקינג פלאץ אפאר גאסן אהינציר, און פון דארט ציפירן מיט באסעס, בכלל רוב עולם קומט דאך ממילא מיט באסעס, די וומ"ב זיכער

חיי_שעה » 22/11/2010 19:48

לכאורה וואלט געווען אסאך קליגער מבטל צו זיין די שיפן און דאס געלט ניצן צו סערווירן געשמאקע ווייכע טעקסעס פלייש צו ווייזן פארן עולם אז ס'איז "באמת" יא גוט...

רעב_סאשא » 22/11/2010 21:59

בואו ותהנו, יהיה גם כיף וגם הנאה, ולא לתת למצומצמים לחנוק את החגיגה.


[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 22/11/2010 22:16

נפל
זאל די צעטיל דינען פאר א סעמפל וואס פאר א בעקער אין פעלטשער די / ענק ביזט
כ'זעה אז די ביזט זייער זשעלעס אויף די שיף
כ'האב א עצה פאר דיר
נעם די שיף אין וואק צו די 2 גאסען ביז ענקער זאל, ס'דאף ממש לעבן דעם.

פריש » 22/11/2010 22:50

זאג נאר יאנקל, די האסט אויך געקויפט א ביליגע רינגל פאר דיין זינס ווייב כדי ס'זאל בלייבן גענוג געלט פאר שמואל ווידערס שיפלעך?

געלע_באס » 23/11/2010 05:13

 
מ'האט דא פארגלייגט מערערע פראגעס, איך וועל פרובירן צו ענטפערן על ראשון ראשון, עד שידי מגעת,

פארוואס איך האב געעפנט א נייע אשכול איז ווייל דאס איז דער רצון פונעם מנהל ירום הודו, איך האב לכתחלה געשריבן באריכטן אין ר' זלמן לייבס אשכול אבער ער האט אלעס אפגעמעקט,

דער פלאץ איז א בנין נישט קיין שאטער,

פארוואס מ'שווענד געלט פאר שיפן, איז אזוי, קודם איך ווייס נישט צו ס'איז אזא טייערע זאך, צווייטנס די געדאנק פון א דינער איז בעצם א אינוועסטמענט צו ציען וואס מער נדבנים, ממילא יעדע זאך וואס קען ציען מער מענטשן איז א פשוט'ע ביזנעס אינוועסטמענט, היינט איז עס אזוי יעדע דינער פרובירט מען צו ענטערטענען די מענטשן,

צו ס'גייען הענגען פלאקאטן אויף די שיפן זעלבסט, אדער יא אדער נישט, הו קעירס.

ווי די קרית יואל'ער וועלן פארקן, איך גלייב אז עפעס פארקינג איז יא דא, נאר א באגרענעצטע צאל ערטער,

וואס ר' אהרן גייט רעדן? איך ווייס נישט פונקטליך, איך שטעל זיך פאר די יוזשעל סחורה, קודם א שיין דערהער אויף די פרשת השבוע אין אפשר א חנוכה סוגיא, נאכדעם דברים העומדים על הפרק, אפשר אינערנעט, שיעורים, חתונה תקנות, אפשר שחיטה אויך, מ'העמיר זיך דערוויסן דאן

אויך גייט זיין דארט א שבע ברכות פון דער רבי'ס אייניקל, ממילא וועט זיין אפשר אביסל בדחנות,

צו ר' אהרן גייט קומען מיט די שיף? זיכער נישט, דאס פאסט נישט אז דער רבי זאל פארן צוזאמען מיט די המון, ער וועט קומען מיט זיין פלאטע דירעקט צום בנין.

עני טינג עלס?








האט איינער באמערקט ?
ער קומט מיט א פעסטקייט ווי איינער וואס האט אינסייד'ס אין די עולם ווארט שוין קוים צו הערען,

סקאט:
וויפיל איך לייען פון די שורות שרייבסטו אז די ווייסט אויך נישט, אז מ'ווייסט נישט איז די מנהג צו זיין שטיל

ספרינטער » 23/11/2010 05:32

דער אשכול הייבט אן אראפצוגיין פון די רעלסן.

liner1 » 26/11/2010 02:50

Pictures of the Major preparing twitpic.com/photos/HatzolahBP

liner1 » 26/11/2010 02:55

ספרינטער » 26/11/2010 18:46

איז אמת עס גייט פארטיילט ווערן פעדער'ס?

liner1 » 28/11/2010 10:04

liner1 » 28/11/2010 10:27

בניברקער » 28/11/2010 10:43

דזשעי נעט בלאקירט די צווייטע לינק אויכט...

שארטקאט » 28/11/2010 16:30

ביים שיף האפן אין פאלאסקי, איז געהאנגן א גרויסן שולד מיט א בילד פון א טייטלבוים וואס די צווייגן האבן געהאט שטעט מיט נומערן וויפיל קינדער זענען דא אין די שטעט וואס זענען נישט קיין מאנהעטענער קינדער די נומבער דעגרייכט ביז איבער 22 טויזענט קינדער,

דער מרא דאתרא האט זיך מורא'דיג געפרייט צו דעם סיין, און געשריגן ווי א סוטה (לכבוד די סיום סוטה) אויף דער בוים וועט הענגן דעם גנב, סוף גנב לתליה, יעצט וועט יעדער זעהן ווער ס'האט דעם רוב, זאגט אים איינער אז לויט די נומבערס פון די באורד אוו עדיוקעשאן וועב סייט, האט די וויליאמסבורגע בעסטע אבער נישט גרעסטע מוסד נישט קיין 4000 טויזענט קינדער און דא שטיט 6000, זאגט ער ווער קוקט אויף די כלי? איך וועל בעטן במר נפשי יעדער זאל ארויסווארפן די קאמפיוטערס,

פריינדליך » 28/11/2010 21:40

Wow א גוטע קאנספיראציע. יעצט שטימט שוין אלעס...

טאטעלע » 28/11/2010 22:09

 

אונטערן איינדרוק פונעם ריזיגן כינוס המשולשת, וועלכע האט צוזאמגעברענגט אזויפיל טויזנטער טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער נוי יארק, איז היינט א טאג וואס אנשי שלומינו פרעגן זיך: איז טאקע נישטא איינמאל פאר אלעמאל א לעזונג צו די צענדליגער יארן'דיגער פראבלעים פון מאנגל אין פלאץ און אין סערוויס פארן ריזיגן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר?

די איינדרוק איז אייגטליך הויפזעכטליך מער געיהלט צום אינהאלט פונעם געוואלדיגן מעמד, מיט די פילע קאכעדיגע דרשות, די געהויבענע ריקודין פון אזויפיל רבבות אנשי שלומינו. אבער מען קעין זיך נישט פארהוילן פון בארירן דעם לאנג יעריגן פראבלעם.

ווער עס איז נאר ארויס צו די קארידארן אינמיטן דעם מעמד, האט זיך אנגעשטויסן אין הונדערטער, און טויזנטער(!) וועלכע זענען אנגעקומען צו א פול געפאקטן זאל, און נישט געקענט טרעפן וואו זיך צו פלאצירן, אין דעם ריזיגן ברייטן זאל.

די היץ אין זאל איז געווען עפעס א אומערווארטעטער ערשיינונג, אויף וואס די עסקנים האבן מסתמא ניטאמאל זיך פארגעשטעלט, אז אינמיטן א פראסטיגן נאכט, אין א זאל וועלכע איז ברייט אפן מיט א טויער צום קאלטן גאס, זאל זיך אראפלאזן אזא היץ, אין רעזולטאט פון דעם מענטשליכן מאסן שטראם.

און צו די פראגע האט אן ענטפער, איז אליינס א שאלה.

וואס איז אמאל זיכער, אז דער ענטפער איז פארן עולם נישט בייגעפאלן: פארלאזן דעם זאל...

אין קעגנזאץ צו וואס איך ליין אין א צווייטן פארום אז אין וועסטערן פלאזא האט זיך קע"ה געטוהן א גרויסער שטראם אויף ארויס די גאנצע צייט(...), איז דער סאטמארער ציבור אנדערשט געוואוינט, און דער ציבור קוקט ארויס אויפן הויכפונקט פון יעדן מעמד, וואס דאס איז נישט דער חזן, און נישט דער שפילער, און אויך נישט קיין עמאציאנאלע פארשטעלונגען וכדומה, נאר דאס איז די דברי אלוקים חיים וואס רבינו שליט"א איז משמיע ביי די צענטראלע דברות קודש, באטאנענדיג אלע דברים בעומדים על הפרק, לדעת את המעשה אשר יעשון, און אנצוקומען צו דעם הויכפונקט זענען געזיצן אלפים ורבבות אידן אין די היצן, און פילע שטייענדיג אויף די פוס, צמאים לשמוע את דבר ה'.

אשרינו מה טוב חלקינו.


ע"כ פונעם באריכט וואס פייו בארא האט צו זאגן אויף נעכטן נאכט.

עס איז א שאד זיך צו טענה'ן אויף יעדעס ווארט. ר' אהרן האט סייוויזוי אומשאצבארע רבבות, ווארום 22 טויזענט קינדער וואקסן נישט אויפן בוים.. און אז ער האט 22 טויזענט קינדער האט ער דאך לערך 15 טויזענט טאטעס.

עס איז מיר אבער סתם א געלעכטער ווען מ'שטעלט ארויס גרויסע פלאקאטן אז בדחנים וועלן מהנה זיין נאכן דרשה פון רבין, און נאכדעם זאגט מען אז דער עולם איז געבליבן אויף די פוס צו הערן דעם עם הארץ'ס דרשה. סיידן אז מיר וועלן איינזעצן אז הפעם איז דער בדחן געווען דער עם הארץ זעלבסט...

אומזיסט » 28/11/2010 22:23

ער איז באמת גערעכט מיט דעם ענין, סאיז א שאד זיך צו טענה'ן דערוועגן.

פארפאלן, מיר האבן געמאכט א גרויסן טעות מיטן איבערלאזן אזא פה מפיק מרגליות, וואס האלט געשפאנט זיין גאנצן עולם בבחינת ויחד יתרו, מען פרייט זיך אז ער רעדט קאנטראווערסיאל - ווייל דאס האלט דאך דעם עולם צוזאמען, און מען בייסט די ליפן פאר נערוועזיטעט ווען ער רעדט.

נעבעך, אונזער רבי קאן דאס נישט. און על כגון דא שרייבט רש"י "לא מדובשך ולא מעוקצך".

בכל אופן, איז וויכטיג צו נאטירן דעם פונקט. ביי די אהרונים, וויפיל מענטשן עס זענען דא בשעת ר' אהרן'ס דרשה, אזויפיל מענטשן זענען דארט געווען דורכאויס די גאנצע נאכט. קיין איין מענטש מער.

שארטקאט » 28/11/2010 22:30

פארוואס שעמט מען זיך מיט זיינע שפתותויו שושנים נוטפות מור? פארוואס פארציילט מען נישט וואס די דברי אלקים חיים זענען, וואס זענען לדעת את המעשה אשר יעשון?

טאטעלע » 28/11/2010 22:32

א וואונדער ס'שטיל דא?! ר' אהרן דער עם הארץ האט געהייסן ארויסווארפן די קאמפיוטערס פון שטוב, און עס איז צום גלייבן אז די אהרונים וועלן אויפהערן שרייבן אויפן נעט

_________________

פאולוויניק » 29/11/2010 01:54

איז ריכטיג אז ר' אהרן האט גערעדט פון זיין באקאנטע טעמע און מ'האט אפגעהאקט דעם האטליין אינדערמיט?

איך זעה אז מ'איז דארט ביזי מיט זרילס דרשה אין ירושלים, עטליכע אשכולות ווערט געעפנט וועגן ר' עזריאל,

מ'אזי ביזי וועגן די זאלונישע דינער אין לאנדאן,

מ'איז ביזי מיט א סיין פון א טייטלבוים וואס איז קינצלעך געמאלן פון א מעלער אין ארץ ישראל,

מ'איז ביזי מיט א קונטרס וואס ווייזט אז בכל אתר ואתר וואס דער רב הצעיר איז מושל האלט שוין ביי 23 טויזענט,

מ'איז ביזי אז דער רבי האט אויך מסיים געווען סוטה כ"א כסליו און לאגער,

אבער די ריכטיגע שטאף געט מען נישט ארויס.

קליפ » 29/11/2010 05:02

* width="640" height="385"><*

קליפ » 29/11/2010 05:03

liner1 » 29/11/2010 06:07

liner1 » 29/11/2010 06:19

שארטקאט » 29/11/2010 16:21

סקאט אפשר קענסטו מיר שיקן אין אישי די אומצענזורירטע דרשה פון ענקער רבי'ן ביים סעודה משולשלת, איך וועל עס נישט לאזן הערן אומפארהייראטע,

liner1 » 29/11/2010 18:43

pictures of c"a kislev in London http://www.flickr.com/photos/david09/

שארטקאט » 29/11/2010 18:50

אן אהרוני זאגט מיר א סברה פארוואס ביי זייער מסיבה איז נישט געווען אזא גרויסער עולם,

ווייל אסאך פון די שמיני עצרת שלעגערס קענען נישט זינגען חסדי ה', ס'ברענגט זיי אויף שרעקליכע זכרונות, זיי דערמאנען זיך ווי עמרם כהן זינגט אויפן ראדני בלעמער חסדי ה', און קיבע וויינשטאק שפרינגט און די שחורים טאנצן אויפן ארון קודש,
אפשר אויב מעוועט טוישן דעם ניגון פון כ"א כסליו און מער נישט זינגן חסדי ה', וועלן זיי קענען קומען,

ראדני_קינג » 29/11/2010 19:17

די אהרונים מיט זייערע תירוצים,

יעצט זאגט מיר אן אהרוני נאך א תירוץ, ער זאגט אז ער וועט ניצן די זעלבע תירוץ וואס ער פארענטפערט אן אנדערע קשיא, אין מיטן זעלבן תירוץ פארענטפער זייער כ"א כסלו, בקיצור, איין תירוץ אויף 2 קשיות, א אפטער מהלך בספרי רבינו דברי יואל זצוק"ל

וואס איז דער אנדערער קשיא,

אונז געפין מיר אין די גמ' מס' מגילה אז ויהי איז א לשון צער, און והי' איז א לשון שמחה, אויב אזוי, ווי אזוי קען דאס אז די תורה הק' ביי די פרשה פון מלחמות זאל שטיין "והי' כי תצא למלחמה על אויבך" וואס איז דען א שמחה אז אידישע קינדער גייען אין א סכנה צו א מלחמה, נאר מ'קען פארענטפערן מיט א שיינעם דערהער אז אויב מ'איז גוט מדייק אינעם פסוק זעהט מען אז ס'שטייט גארנישט די ווארט "והי'" ס'שטייט טאקע בלויז "כי תצא למלחמה", א שיינער תירוץ!

לויט דעם סגנון קען מען טאקע שיין פארענטפערן די אהרוני כ"א כסלו, אז אינה"נ, די ארונים האבן יא געהאט די רבבות, נאך עני טיים אזויפיל ווי די זאליס און אפשר מער, ממילא איז שוין גארנישט קשה

אוי די ארונים מיט זייערע תירוצים

שארטקאט » 29/11/2010 19:50

ראדני קינג, ווען די זעסט דאס ווארט ראדני ווערסטו ווי אן אקס א רויט בענדל, האסט דיך דערמאנט ווען אהרן איז געווען ראדני קינג, ביז מ'האט אים אראפגעווארפן דעם שטריימל,

דיינע ווערטער קלעבן נישט איין ווארט צום צווייטן, אפשר מיט סקאטש טעיפ אדער מיט גלו, וועט עס קלעבן,

ראדני_קינג » 29/11/2010 19:56

זיי נישט אזא טשעפעניאק, די ביסט מיך מצער

פישער_גאבע » 29/11/2010 21:10

ראדני, אז דו וועסט ענטפערן א אהרונישע תירוץ אויפן עם הארץ'ס בית יוסף'ס קשיא, וועלן מיר זיין מער צופרידן.

liner1 » 30/11/2010 01:31

www.theyeshivaworld.com/photos.php?albumid=5545033101110005441

תוקן על ידי liner1 ב- 30/11/2010 02:03:09

שארטקאט » 2/12/2010 04:00

אידעלעך שרייט עד מתי

ווילאנג וועלן מיר ווארטן צו הערן די דברי חשק פון ר' אהרן'ס דרשה ביים מסיבה משולשת כ"א כסליו,