יעצט הער איך אויס די דרשה, וועלנדיג הערן צי דער א.ד. סטעיטמענט איז אמת. האב איך שוין אגב אריין געכאפט צו הערן אפאר נארישקייטן, ממש לא יאומן דער צמצום וואס הערשט דארט אין מאנרא. דוד שלמה עקשטיין איז א ליבעראלער שוין דארט.
עלטערן זענען געקומען צו אים זיך אפרעדן, היתכן מען האקט אויף קאמפיוטערס, און אין סקול לערנט מען די מיידלעך בעיסיק קאמפיוטערס? און וואס מיינט איר, די חכמי כעלם האבן מחליט געווען אז איה"נ, מען לאזט מער נישט לערנען מיט קיין מיידלעך קיין בעיסיק קאמפיוטערס! (דאס איז א טיפיקל אהרוני בת היענה לעזונג, ווייל יעדער ווייסט אז דריי פערטל פון די מיידלעך גייען אין די קומענדיגע יארן ארבעטן אויף קאמפיוטער, און אפשר אפילו מיט אינטערנעט אויך רח"ל. הייסט דאס אז דאס איז די לעזונג? סאיז דאך סתם אומזיסט געפייניגט די מיידלעך מיט נארישקייטן פון היסטארי, אנשטאט אויסלערנען זאכן וואס זענען זיכער וויכטיג).
און" כהאב געממיינט זיכער אז מען וועט תיכף נאכמאכן, דער ווייל איז קיינער מאכט נישט נאך, פ"וו? ווייל ק.י. איז א יחיד במינו! (ווען מען מאכט ווען יא נאך, איז ק.י. א וועגווייזער, אלס איז ק.י. די זאך!).