היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » וועט מהר"א אננעמען דעם אנבאט?

וועט מהר"א אננעמען דעם אנבאט?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2848406

אומזיסט » 21/11/2010 04:32

לויט ווי איך הער פון א גאר קראנטן קוואל, איז עפעס א פלעטבושער נגיד, געקומען צו פארן צום רבי'ן זז"ג אין מחנה דברי יואל,  מיט א לאקס / באב"ד / הארעדענקא סטיל שלום פלאן, וואס נעמט אריין זעלבסט פארשטענדליך א דין תורה צווישן די צדדים.

לויט ווי איך הער, האט אים דער רבי געענטפערט, אז ער איז גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה, אונטער די פאלגענדע באדינגונגען:

ער וויל נישט ר' אהרן זאל שיקן זיינע פארטרעטער און נישט ער זאל שיקן זיינע. נאר וואס, פשוט די 2 ברודער [ר'] אהרן טייטעלבוים, און [ר'] זלמן לייב טייטלבוים זאלן זיך שטעלן אליין ביי דין תורה, איינס פאר איינס.  פארשטייט זיך אז די רבנים קענען שיקן זייערע באי כח אין בי"ד, אבער זיי 2 זאלן זיין די "בעלי דין". ער טענה'ט, אז צו וואס מאכן סתם חוכא וטלולא און קיינמאל נישט פערטיג ווערן, לאמיר גיין גראד צום שפיץ, און זיך אויסקומען איין מאל פאר אלע מאל.

דער נגיד איז פון דארט געפארן ווייטער צו ר' אהרן, און איצט ווארט מען צו הערן די רעאקציע פון זיי. פון א סארקאסטישן קוק ווינקל, לאזט זיך איינרעדן אז זיי וועלן זיכער אננעמען דעם אנבאט. סוכ"ס ווארטן זיי שוין צען יאר - יא, אלף שמות היי יאר ווערט שוין צען יאר! - אז מען זאל מסכים זיין צו גיין צו דין תורה. נו, יעצט אז זיי האבן ענדליך די געלעגנהייט, וועלן זיי זיכער נישט קארגן דאס ביסל טינט פון א קליין פעדער'ל.

ולה' הישועה.

Satmar90 » 21/11/2010 05:07

איז דא איינער וואס קען פראווען זיינע ווערטער & איוב יא ווער איז די איד ??

סענעטאר » 21/11/2010 07:04

זיך שטארק נאכגעפרעגט. עס שיינט ווי זאפטיגע דמיונות און זיסע חלומות וואס מיר באקומען דא אומזיסט..

ספרינטער » 21/11/2010 07:08

עס שיינט ענליך צי די באמבע וואס האט געזאלט זיין דעם געוועזענע פרייטיג...

אומזיסט » 21/11/2010 07:25

ווער עס וויל נישט איז נישט מחויב עס אנצונעמען, איך האב עס געהערט פון א שטארק קראנטן מקור.

בכל אופן, פראווען קען מען עס נישט, ווייל אפילו עס איז הונדערט פראצענט אמת וועט דאך לכאורה סייווי גארנישט ווערן דערפון כדרכינו מאז, סאו צי עפעס גייט זיך טוישן א דאנק דער באזוך? שווער צו זאגן. צי דער באזוך איז בכלל פארגעקומען? לויט מיין קוואל, יא.

פריינדליך » 21/11/2010 16:05

וואס איז לאקס/באב"ד/הורדענקא??? און עס מאכט זייער אסאך סענס אז עס זאל שוין ווערן שלום. ווייל די לענגסטע מחלוקה צווישן ברודערס רבנים האט אנגעהאלטן 19 יאר. וויזשניץ. און יעצט ווערט שוין 12 יאר זייט עס האט זיך אנגעהויבן(נישט זייט א' שמות. זייט חוה"מ פסח תשנ"ט) סא וויל איך וויסן. וואס גייט זיין מיט היידפארק דעמאלס? גייט עס ווערן אזויווי אייוועלט?

פריש » 21/11/2010 18:22

אומזיסט באשרייבט דאס פון זיין אהרוינישע קוק ווינקל (פוינט אפ וויאו) און מיטן אהרוינישען צד. הרבה יותר ממה שכתוב כאן קומט באמת פאר. עס איז קיין ספק נישט אז ר' אהרן וועט אנעמען דעם אנבאט ווייל ס'פאדערט וויתור פון ביידע צדדים. דערווייל איז ר' אהרן גרייט נאר צו נעמען און נישט צו געבן.

פריינדליך » 21/11/2010 20:57

פריש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פריש באשרייבט דאס פון זיין זאלונישע קוק ווינקל (פוינט אפ וויאו) און מיטן זאלונישען צד. הרבה יותר ממה שכתוב כאן קומט באמת פאר. עס איז קיין ספק נישט אז רז"ל וועט אנעמען דעם אנבאט ווייל ס'פאדערט וויתור פון ביידע צדדים. דערווייל איז רז"ל גרייט נאר צו נעמען און נישט צו געבן.

אומזיסט » 22/11/2010 02:18

פריש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אומזיסט באשרייבט דאס פון זיין אהרוינישע קוק ווינקל (פוינט אפ וויאו) און מיטן אהרוינישען צד. הרבה יותר ממה שכתוב כאן קומט באמת פאר. עס איז קיין ספק נישט אז ר' אהרן וועט אנעמען דעם אנבאט ווייל ס'פאדערט וויתור פון ביידע צדדים. דערווייל איז ר' אהרן גרייט נאר צו נעמען און נישט צו געבן.


מסכים. אז דו ווילסט, בין איך א אהרוני.