כ'האב מיך געישוב'ט צי איך זאל עפעס זאגן צי נישט, אבער באשלאסן אז ווען אן אנעמפלאיד מענטש (סארי, א 'נארמאלער דעת תורה') קומט אראפרייסן די געטרייע חברי ועד הכשרות, כמעט אלע פון זיי תלמידי חכמים מופלגים ויראי השם מרבים, סתם ווייל ער האט לכאורה עפעס א פערזענליכע אינטערעסע דא איז עס מחויב אפגעענטפערט צו ווערן - טראץ וואס איך בין נישט קיינעמ'ס ווארטזאגער, בין איך אבער פערצופאל גוט באקאנט מיט די פרשה, מאיזה סיבה.
מחמת סיבות שונות וויל איך נישט אריינגיין צופיל אין די דעטאלן. אזויפיל נאר יא אז ער האט פון רבי'ן באקומען דעם היתר א יאר צוריק צו לייגן א צעטל אז ער נוצט אנדערע פלייש בתנאי כפול אז נאר די פליישן וואס איז נישטא צו באקומען אין טעקסאס וועט ער נעמען אנדערע. למעשה האט ער עס אויסגענוצט שלא כדת, ואכ"מ להאריך בזה.
לעצטנס האט טעקסאס פארברייטערט זייער שחיטה און אנגעהויבן צושטעלן אויך די סארט פליישן, האט מען אים געזאגט קלאר אז יעצט איז שוין דא אלעס צו באקומען פון טעקסאס, ווי אויך וויבאלד ס'איז איתרע חזקתי' מוז ער גענצליך אויפהערן צו נוצן אנדערע פלייש און נוצן אויסשליסליך נאר קר"י פלייש.
דער איד האט זיך גענומען טענה'ן אהין און צוריק. דער יסוד פון זיינע טענות איז געווען פראסט און פשוט אז יענע פלייש איז ביליגער, ווי אויך וויל ער געפעלן פאר די זאלי קאסטומערס. די טענה'ריי איז אנגעגאנגען אזוי קנאפע פינף וואכן. דער איד איז טאקע עטליכע מאל אריין צום רבי'ן אינצווישן אבער דער רבי האט אים קיינמאל גארנישט געזאגט. ועל כולם, דער ועד הכשרות האט קיינמאל נישט געזאגט אזא זאך אז זיי האבן מיט'ן רבי'ן גארנישט.